לאנדאן – אן אייסיס שטיצער, וועלכער האט ארויסגעגעבן א רוף צו זשיהאדיסטן צו אטאקירן אידן, איז פאראורטיילט געווארן צו לעבנסלענגליכע טורמע, מיט א מינימום פון 25 יאר טורמע. דער פארשוין הוסנאן ראשיד, פון לענקשייער, ענגלאנד, האט אין לויף פון די לעצטע מאנאטן ארומגעשיקט מעסעדזשעס אויף פארשידענע פלאטפארמעס דורכ'ן אינטערנעט, צו רופן אנדערע אייסיס שטיצער ארויסצוגיין און דורכפירן אטאקעס קעגן אידן אין ענגלאנד און אין אלע עקן וועלט. ראשיד האט אויך ארומגעשיקט אנווייזונגען, וויאזוי מ'קען גרינגערהייט פארפעסטיגן פרוכט אין סופערמארקעטס, און דורכדעם פארשפרייטן מאסן עפידעמיעס, ה"י. לויט די פראקורארן, האט ראשיד'ס אנליין קאמפיין אנגעהאלטן פאר איבער אכצן מאנאטן אין א צי.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל