לאנדאן – די בריטישע פרעמיער מיניסטארשע האט נעכטן אקצעפטירט עטליכע פארשלאגן און אמענדמענטס פאר איר ברעקזיט פלאן, וואס די אמענדמענטס זענען ארויסגעשטעלט געווארן דורך שטייפע אנטי-אייראפעאישע פאליטישאנס אינערהאלב איר פארטיי. די אמענדמענטס וועט פארשווערן פאר דער בריטישער רעגירונג אוועקצושטעלן א נייעם קאסטומס סיסטעם וואס וועט ארבעטן אין קאאפעראציע מיט אייראפע, וואס אריגינעל האט מעי יא געוואלט אוועקשטעלן אזא סיסטעם אינאיינעם מיט אייראפע, אבער זעענדיג אז איר רעגירונג צעפאלט, נאך די סעריע רעזיגנאציעס פאריגע וואך, האט מעי באשלאסן זיך צו ברעכן און נאכגעבן די פארלאנגען פון די שטייפע אנטי-אייראפעאישע פאליטישאנס.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל