פרעזידענט טראמפ אטאקירט שטארק דייטשלאנד ביי א זיצונג מיט די "נאטא" פירער; זאגט אז דיישלאנד דערנענטערט זיך זייער צו רוסלאנד; טראמפ וויל אז דייטשלאנד זאל אנהייבן צאלן מער פאר "נאטא"

בילד



פרעזידענט טראמפ האט נעכטן אטאקירט זייער מיאוס די דאפעלט-זייטיגע אויפפירונג פון דייטשלאנד, ווען פון איין זייט וויל דייטשלאנד אז אמעריקע זאל פארשטארקערן זייער פארפלוכטוג צו נאטא, און אנהייבן זיך פארלייגן מער אויף די אליאנץ, און פון די אנדערע זייט טוט דייטשלאנד זיך שטארק דערנענטערן צו רוסלאנד, און טוט זיך נישט אויפפירן ווי א לאנד וואס זוכט שוץ פון א אגרעסיווע רוסישע בער... פרעזידענט טראמפ האט געלאזט פאלן די אויבנדערמאנטע קריטיק אקעגן דיישלאנד ביי א ספעציעלע זיצונג אין וואשינגטאן וואס פרעזידענט טראמפ האט פאררופן מיט די 'נאטא' פירער, כדי איבערצושמועסן טראמפ'ס נייע פארשלאג, אז א יעדע נאטא מיטגליד זאל דארפן אנהייבן צו צאלן פיר פראצענט פון איר נאציאנאלע עקאנאמישע וואוקס, נישט אזוי ווי ביז יעצט ווען אלע לענדער צאלן ממש קליינגעלט, און ערווארטן אז דער רייכע אמעריקאנע פעטער וועט אלעס באצאלן. פרעזידענט טראמפ האט נישט ארויסגעלאזט אזא געלעגענהייט פון זיינע הענט און האט פארענט פון די קאמרעס נאכאמאל אטאקירט דייטשלאנד, פרעגענדיג רעטאריש, "צו דייטשלאנד האלט אז זי צאלט גענוג פאר די נאטא אגענטור"....

ווי וואויל באקאנט איז נאטא געגרינדעט געווארן מיט איבער זעכציג יארצוריק, אין די יארן ווען די גאנצע וועלט האט פראבירט צוזאמצונעמען איר אייגענע אויסגעמטשעטע זעקל ביינער, האט זיך דער מערב וועלט צוזאמגענומען און געגרינדער דער שוין היינט באוויסטע אגענטור מיטן נאמען 'נאטא', וואס איז דער אקראנים פון "נארט אטלאנטיק טריטי אגענטור', וואס איר אויפגעבע וועט זיין צו ווארענען די וועלט פון אגרעסיעס פונעם רוסישן בער, און דער עיקר, אז א יעדע לאנד אדער מיטגליד אינעם 'נאטא טריטי', נעמט זיך פאר און שרייבט אונטער, אז אין פאל וואס סיי וועלכע 'נאטא' מיטגליד ווערט אטאקירט דורך רוסלאנד אדער איינע פון אירע פארבינדעטע, דאן וועלן אלע אנדערע נאטא לענדער קומען צו הילף פארן אטאקירטן נאטא מיטגליד, מיליטערישע, עקאנאמיש, און גייסטיש דהיינו ביי אונטערנאציאנאלע שטימונגען, אדער ביי יו. ען. סעקיורעטי קאונסיל אפשטימונגען. דער צוועק פון די דאזיגע שריט פון גרינדען דער אגענטור איז געווען, צו ווייזן פאר רוסלאנד אז זי קען מער נישט איינשלינגען קלייננטשיגע לענדער אונטער אירע לאפעס, בלויז וויל זי איז שטערקער און זי הייסט רוסלאנד, נאר אצינד וועט רוסלאנד וויסן אז א יעדע איינציגסטע לאנד וואס איז א מיטגליד אין נאטא וועט אטאמאטיש קריגן די נויטיגע שטיצע און הילף פון די אנדערע 'נאטא' מיטגלידער.

ווען 'נאטא' איז געגרינדעט געווארן, איז געווען אין די נאך מלחמה עפאכע, ווען אלע לענדער זענען געלעגן און ריזיגע שווערע בערג פון חובות, זייענדיג צושאסן און צושמעטערט פון דער ביטערע מלחמה, ממילא איז געווען נאטירלעך אז רוב מיטגלידער האבן זיך איידעלערהייט ארויסגעדרייט פון צושטייער צו געבן פאר די אליאנץ אגענטור, און האבן אינאיינעם מכבד געווען דער רייכע אמעריקאנע פעטער, אז ער זאל באצאלן די ריזיגע אסטראנאמישע קאסטן פון אויפצוהאלטן דער אליאנץ. פון דאן ביז היינט איז עס שוין אזוי געבליבן, אז אמעריקע צאלט רוב פון די קאסטן, כאטשיג וואס רוב פון די מיטגלידער זענען היינט ריזיגע און שטארקע עקאנאמיעס, צום ביישפיל, דייטשלאנד, פראנקרייך, קאנאדא, און ענגלאנד, זענען אלע מעכטיגע עקאנאמישע ריזן און מיטגלידער פון די דזשי-7 גרופע..., פרעזידענט טראמפ האט לויפענדיג פאר פרעזידענט קלאר געשטעלט אז ער וועט ענדערן דער דאזיגע לעכערליכע פאראדאקס, און אז ער וועט פארלאנגן פון די נאטא מיטגלידער אז זיי זאלן נעמען א גלייכע חלק אין די ריזיגע קאסטן פון אויפהאלטן דעם אגענטור.

אצינד האט טאקע פרעזידענט טראמפ מקיים פסק געווען, ווען ער האט פאררופן א זיצונג מיט די נאטא פירער אין וואשינגטאן, און אויפגעברענגט א פארשלאג וואס ער גרייט זיך פארצושלאגן בקרוב ביים יעליכן 'נאטא' סאמיט, אז א יעדע מיטגליד זאל דארפן באצאלן לויט די שטארקייט פון איר עקאנאמישע וואוקס. פרעזידענט טראמפ האט געהאט גערעדט פון א מאדעל אז א יעדע לאנד זאל דארפן באצאלן 'פיר' פראצענט פון איר עקאנאמישע וואוקס, בער האט תיכף צוגעלייגט אז דאס איז נישט דער עיקר וויפיל פראצענט די לענדער צאלן, נאר דער עיקר איז אז אלע לענדער טראגן אייניג דער לאסט פון דער אגענטור, געוואנדן אין די גרויסקייט פון איר עקאנאמישע שטארקייט. ביי דעם געלעגענהייט האט טראמפ געלאזט פאלן די אויבנדערמאנטע קריטיק אקעגן דייטשלאנד, וועלכע בויעט יעצט א נייע מעכטיגע גאז און אויל פייפלין מיט רוסלאנד, זאגענדיג רעטאריש "דייטשלאנד וויל, אז אמעריקע זאל צאלן אלע קאסטן פון דער אגענטור וואס דארף איר צו באשיצן פון רוסישע אגרעסיעס, און פון די אנדערע זייט קען זי ווערן נאנט מיט רוסלאנד און שליסן עקאנאמישע דילס מיט איר, דאס איז קעגן די גרינד פרינציפן פון נאטא". דער דייטשע קאנצלער מערקעל האט געענטפערט אויף דעם פאר רעפארטער'ס זאגענדיג, אז פרעזידענט טראמפ אליין האט פארפירט ביים דזשי-7 פארוואס מען האט נישט איינגעלאדענט רוסלאנד צום סאמיט, "ער מעג פראבירן צו ווערן נאנט מיט רוסלאנד, און נאר דייטשלאנד טאר נישט"...?

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל