וואשינגטאן – דער שטורעם און די נאכווייען פון פרעזידענט טראמפ'ס סאמיט מיט'ן רוסישן פרעזידענט וולאדימיר פוטין, לאזט דערווייל נישט נאך, און נעכטן האט מען געהערט פרישע קריטיק פון דעמאקראטן און רעפובליקאנער צוגלייך, איבער א פלאן פון טראמפ אויסצוליפערן אפאר אמעריקאנער בירגער פאר פוטין.

דאס ווייסע הויז האט קודם געהאט געזאגט, אז זיי נעמען ערנסט אין באטראכט א ביטע וואס פוטין האט געבעטן פון טראמפ, אז ער זאל ארויסגעבן א גרופע פון 11 מענטשן, אריינגערעכנט דעם געוועזענעם אמבאסאדאר מייקל מעקפאועל, מיט וועמען פוטין האט אן אנגייענדיגן פערזענליכן קאמף.

דעמאקראטישע און רעפובליקאנער סענאטארן זענען ארויסגעקומען און פארדאמט טראמפ, זאגנדיג אז ער זאל נישט ארויסגעבן די אמעריקאנער. דאס ווייסע הויז איז געווען אונטער גרויס דרוק, און נעכטן צוריקגעצויגן, זאגנדיג אז טראמפ וועט למעשה נישט ארויסגעבן די אמעריקאנער פאר פוטין.

עקסטער האט מען נעכטן געהערט, אז נאציאנאלער זיכערהייט ראטגעבער דזשאן באלטאן האט געשיקט אן איינלאדענונג פאר פוטין, צו קומען באזוכן טראמפ אין ווייסן הויז קומענדיגן הערבסט. די דעטאלן פון א פאטענציעלן פוטין באזוך אין ווייסן הויז ווערן אין די טעג אויסגעארבעט.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל