בריסל – די וועלט האט נעכטן רעאגירט מיט שטוינונג און שאק, ווען פרעזידענט טראמפ האט אפענערהייט שארף אריינגעפליקט פאר דער נאטא פירערשאפט, זאגנדיג אז אמעריקע גיט זיך אוועק פינאנציעל צו באשיצן אייראפעאישע לענדער, אין דער צייט וואס די אייראפעאישע לענדער טוען גארנישט און דרייען זיך אויס דעם רוקן קיין אמעריקע.

דאס איז געקומען בשעת טראמפ האט זיך באטייליגט ביים נאטא סאמיט אין בריסל, בעלגיע, וואו די הויפט קאנפראנטאציע איז געווען צווישן טראמפ און דעם נאטא סעקרעטאר-גענעראל יאן סטאלטענבערג. טראמפ האט אים געזאגט, אז דייטשלאנד וויל אמעריקע זאל איר באשיצן פונעם רוסישן געפאר, ווען אין דער זעלבער צייט גייט רוסלאנד און שליסט מאסיווע אויל דיעלס מיט רוסלאנד.

אייראפעאישע באאמטע זאגן אז טראמפ איז גערעכט מיט זיינע טענות קעגן נאטא, אבער דער וועג וויאזוי טראמפ האט קאנפראנטירט די אישו, פארנט פון אלע קאמערעס און מיט גאר שארפע ווערטער, איז געווען פרעצעדענטלאז, אז אן אמעריקאנער פרעזידענט זאל אזוי טשעפען די אייראפעאישע לענדער, וועלכע זענען שוין יארן פריינט און אליאירטע.

שפעטער אין טאג, ווען טראמפ האט זיך געטראפן פערזענליך מיט דייטשלאנד'ס קאנצלער אנגעלע מערקעל, האט ער יא פרובירט צו שטעלן א פריינטליכן טאן, אבער דער טאג האט זיך געענדיגט אונטער א וואלקן פון טראמפ'ס קריטיק. היינט איז דערווארט נאך אן אנגעצויגענער טאג, ווען טראמפ וועט זיך טרעפן מיט דער בריטישער פרעמיער מיניסטארשע, אונטער שאטן פון מאסן פראטעסטן.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל