וואשינגטאן – פרעזידענט טראמפ האט נעכטן נאכט געמאלדן, אז ער נאמינירט דעם פעדעראלן אפעלאט ריכטער ברעט קעווענאו צו דינען אלס דער קומענדיגער סופרים קאורט ריכטער, אנצופילן דאס ליידיגע זיץ פון ריכטער ענטאני קענעדי וועלכער גייט רעטייערן.

ריכטער קעווענאו איז באקאנט אלס שטארקער קאנסערוואטיווער אויף פילע אישוס. ער איז צום ערשט באקאנט געווארן אויף דער נאציאנאלער סצענע דינענדיג אלס פעדעראלער געהילף-פראקוראר ביי די אימפיטשמענט פראצעדורן קעגן ביל קלינטאן, און דערנאך אלס באאמטער אין דער בוש אדמיניסטראציע.

ביי א ספעציעלער רעדע צום פאלק, האט טראמפ ארויסגעהויבן קעווענאו'ס יושר'דיגן רעקארד אלס פעדעראלער ריכטער, זאגנדיג אז ער איז דער פאסיגסטער פערזאן איינצוהאלטן די קאנסטיטוציע, מיט יושר און רעכט. אויך קעווענאו האט געגעבן א קורצע רעדע, אין וועלכן ער האט זיך באדאנקט פאר'ן פרעזידענט.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל