סאן פראנציסקא – פעדעראלע פראקורארן האבן נעכטן אריינגעגעבן געריכטליכע קלאגעס, קעגן א געוועזענעם איינגעשטעלטער אין דער "עפל" טעכנאלאגיע פירמע, וואס יענער ווערט באשולדיגט אין רויבן געהיימע טעכנאלאגישע סודות איבער דרייווערלאזע קארס. די רעדע איז פונעם כינעזער-אפשטאמיגער זיאלאנג זשאנג, וועלכער האט געארבעט א לאנגע צייט פאר "עפל", און מיט עטליכע מאנאטן צוריק האט ער אנגעהויבן שטילערהייט קאאפערירן מיט כינעזער טעכנאלאגיע פירמעס. זיין פלאן איז געווען צו רויבן עפל'ס דרייווערלאזע קאר פלענער, און דאס פארקויפן פאר א כינעזער פירמע. ער איז ארעסטירט געווארן אין סאן האזעי, קאליפארניע, ביים פרובירן ארויסצופארן פון אמעריקע קיין כינע.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל