פראנקרייך – א שטורעם איז אנטשטאנען, נאכדעם וואס עס זענען ערשינען רעקלאמעס אויף א "קלאסיפייד אדווערטייזמענטס" וועבזייטל אין פראנקרייך, אז עמיצער זוכט צו פארקויפן א שטיק פון א שויער אפאראט, וואס איז גענוצט געווארן אין אוישוויץ, אלס טייל פון די ברוטאלע גאז קאמערן וואס די נאציס ימ"ש האבן גענוצט אומצוברענגען איבער א מיליאן קדושים הי"ד. דער פארשוין וואס האט דאס געזוכט צו פארקויפן, האט געשריבן אין דער רעקלאמע אז ער בעט דערפאר 535 דאלאר, אבער ווי נאר עס האט זיך אנגעהויבן רודערן, ווי שאנדפול ס'איז אז עמיצער זאל זוכן צו מאכן געלט פון אזא פיזישן אביעקט, וואס איז עדות געווען צו די טרויעריגע און מערדערליכע רציחות, האט דאס וועבזייטל געזאגט אז זיי האבן פארמעקט די רעקלאמע און קלערן צו נעמען קרימינאלע קלאגעס קעגן יענעם.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל