אפעק אויל פראדוקציע אפעקטירט דורך רעליגיעזע?

רעליגיעזע מיינונגס פארשידענהייטן אין די אראבישע וועלט וועט מעגליך עפעקטירן "אפעק" צום ערשטן מאל אין די היסטאריע; איראן סטראשעט מיט'ן שניידן דראסטיש איר אויל פראדוקציע; די אראבישע עמיראט'ס זאגט אז זי וועט דאס גוט מאכן דורך הייבן איר אייגענע מעכטיגע אויל פראדוקציע

בילד



די געמיטער ווערן זומער'דיג... און זאכן הייבן אן ארויסצוקומען פון אונטערן טיש צו די עפענטליכקייט, עס איז מער נישט א קאלטע מלחמה, עס ווערט שוין א הייסע מלחמה.., ווען די אינערליכע רעליגיעזע ריסן צווישן די אראבישע לענדער, נעמליך, די סוניס און די שאייעטן, וועט מעגליך עפעקטירן די אראבישע "אפעק" צום ערשטן מאל אין די היסטאריע. נאכפאלגענדיג פרעזידענט טראמפ'ס עפענטליכע ערקלערונג, אז קרוין פרינץ בין סאלמאן פון סאודי אראביע האט אים הייס פארשפראכן, אויף טראמפ'ס דירעקטע ווענדונג, אז ער וועט דראסטיש הייבן די אויל פראדוקציע פון אפעק כדי די הויכע זומער גאזאלין פרייזן איבער אמעריקע זאלן פאלן אביסעלע, האט א ווארטזאגער פאר די איראנער רעגירונג היינט ארויסגעשטעל א שארפע ווארענונג פאר די מערב וועלט, אז איראן וועט מעגליך דראסטיש שניידן איר אייגענע אויל פראדוקציע, כדי דירעקט אפעקטירן די אמעריקאנער אויל מארקעט פרייזן אין דעם הייסן זומער סעזאן. ער האט נישט ערקלערט אין וואס עס וועט זיך ווענדן, אבער א יעדער בר דעת פארשטייט אליין אין וואס עס וועט זיך ווענדן, נעמליך, די באנייטע אמעריקאנער סאנקציעס אויף איראן. אלט'ס א ענטפער אויף די איראנ'ישע אגרעסישע ווארענונג, האט די "יונייטעד אראב עמירעטס" ארויסגעגעבן א מעלדונג, אז זי וועט שטארק הייבן איר מעכטיגע און ריזיגע אויל פראדוקציע, כדי אז דאס זאל זיין ווי א קאנטער באלאנס צו די איראנ'ישע סטראשונגען און דראונגען.

ווי באקאנט, האט פרעזידענט טראמפ מיט זעקס וואכן צוריק זיך אפיציעל ארויסגעצויגן פון די 'אבאמא איראן דיל', טענה'דיג אז איראן האט כסדר ליגנט געזאגט פאר די אונטערנאציאנאלע געמיינע, און אז דער דיל שטעלט ממילא נישט אפ איראן פון פראדעצירן עווענטועלע נוקלעארע וואפן, און ווי אויך ווייל זי שטיצט נאך אלט'ס אלע מיני סארט טעראריזם,ממילא קען נישט אמעריקע אנהאלטן אזא מין סארט דיל. )זע ווייטער, ווי מיר זענען מסביר באריכות, וואס איז געוווען אמעריקע'ס עיקר סיבה זיך ארויסצוציען פונעם איראן דיל(. למעשה, איז אייראפע געווען גאר שארף אויסגעשפראכן אקעגן אמעריקע'ס איינזייטיגע שריט, וואס האט איבערגעלאזט אייראפע מיטן צונג אינדערויסן, ווייל פון איין זייט זענען זיי מ'כלומר'שט נאך אלט'ס מחיוב צום דיל, אבער וואס פאר א פנים און אפעקט האט דאס, אויב אמעריקע לייגט ארויף פון דער אנדערע זייט שטרענגע סאנקציעס..., וועלכע נאמאלע אייראפע'שע קאמפעני וועט ענדערש טון ביזנעס מיט איראן, אנטשטאט'ס מיט אמעריקע...? פאר א שטיק צייט האט איראן געלייגט שטארקע דרוק אויף אייראפע אז זיי זאלן אויספויעלן ביי אמעריקער טאקע אט דאס, אז קאמפעניס וואס האנדלן ווייטער מיט זיי זאלן נישט אריינפאלן אונטער די נייע סאנקציעס קאטאגאריע, אבער ווען זיי האבן געזען אז טראמפ לאזט זיך נישט, האבן זיי אויסגעטראפן דעם נייע סטראשע, כדי צו לייגן דרוק אויף די טראמפ אדמיניסטראציע. אבער ווי געזאגט זענען די 'סוניס' באלד געקומען אמעריקע צו הילף, און דער גאנצע סטראשע איז ווערטלאז.

ווי באקאנט פאר יעדעם איינעם, און ווי שוין ערווענט אומצאליגע מאל דא אויף אונזערע שפאלטענעס, איז אין די לעצטיגע יארן שטארק פארשארפט געווארן די אנגעצויגנקייט צווישן די סוני אראבערס און די שאייעטן אראבערס, אויף א אומגלויבליכע פארנעם, שולדיג אין דעם איז איראן, וואס האט אדאפטירט א שעדליכע דאקטערין, וואס לויטעט, אז זי דארף העלפן א יעדע איינציגסטע לענדל סיי אימער אינעם מיטל מזרח, אויב די רעגירונג דארט עקזעסטירט אלט'ס א שאייעט'טישע רעגירונג, דאס טייטש אז ווי אימער עס ברעכט אויס אינעם מיטל מזרח א קאמף, און איין גרופע איז סוניס און די אנדערע זענען שאייעטן, דארף איראן אטאמאטיש זיך שטעלן אויף די זייט פון די שאייעטן, אפגעזען פון די פאליטישע קאנסענקווענצן דערפון, און זי האלט זיך דערצו הלכה למעשה, לענגאויס אלע לעצטיגע שטרייטן אין מיטל מזרח. איין בלוטיגע ביישפיל איז סיריע, ווי די קאמפן האבן זיך ארגעניעל אנגעהויבן ווען פרעזידענט אסאד האט זיך ארומגעקעמפט מיט אייסיס פון איין זייט און ארטיגע אויפשטענדלער פון די אנדערע זייט, און איראן האט באשלאסן דאס צו פארוואנדלן אין א בלוטיגע סוני – שיהאט מלחמה, און האט אריינגעשלעפט די חיזבאלא און זיינע אייגענע איראני'שע גערילעס זאלן קעמפן זייט ביי זייט מיט אסאד'ס כוחות. אזוי אויך גייט פאר די זעלבע זאך אין תימן, ווי די לאקאלע שאייעט'שע 'הוטיס' האבן אנגעהויבן א גערילע מלחמה אקעגן די רעגירענדע סוני'שע רעגירונג, און איראן גיסט דארט אריין אסאך געלט און רעסורסן צו שטארקן כסדר די 'הוטיס'.

אט אזעלכע מין אגרעסיעס האט נישט געקענט ווערן איגנארירט דורך די סוני לענדער, און דער פיפיגער 'בין סאלמאן' האט פארמירט דער היינט שוין באקאנטע 'סוני קאאליציע', וואס באשטייט פון סאודי אראביע, מצרים, ירדן, די אראבישע עמיראטס, קאוועיט, און באכרעין, און... אמעריקע מיט מדינת ישראל...! וועלכע שטיצן דאס שטארק אונטערן טיש. דער דאזיגע סוני קאאליציע דארף דינען ווי א קאנטער באלאנס איבעראל אינעם מיטל מזרח, ווי איראן מאכט אן שאייעט'שע אגרעסיעס, צום בישפיל אין תימן וועלכע איז אויך א סטראטעגישע שכן מיט סאודי אראביע, האט שוין בין סאלמאן געשיקט זיין 'עיר פארס' אומצאליגע מאל דירעקט צו באמבאדירן די איראנישע גערילע פאזיציעס, און ווי אויך ליפערן זיי כסדר אפ פארגעשריטענע וואפענס צו די רעגירונג כוחות אין תימן, צו קענען אנהאלטן די פראנט אקעגן די 'הוטיס' אויפשטענדלער. לעצטענס איז געווען באריכטעט א קאמישע אינטערסאנטע שטיקל נייעס, דאס איז געווען ווען הוטיס גערילעס האבן איבערגענומען א וואפן סטארעדש פון די רעגירונג כוחות, און האבן דארט אנגעטראפן נייע פארגעשריטענע ביקסן און ארטילערי, וואס האט נאך פארמאגט די מדינת ישראל סימבאלן אויף זיך...! ווייזט זיך אויס אז די רעגירונג מיליטער האט נאך נישט אנגעיאגט צו 'איבערפארבן' אלע די וואפענס, אז מען זאל זיי נישט כאפן ביי דער האנט אז זיי קאלאבערירן מיטן 'שטן'..., אבער ווי מער צייט עס גייט פארביי, ווערט אלט'ס מער און מער אפן די גאנצע סוני קאאליציע, אזוי אז בקרוב וועלן זיי דאס מער נישט דארפן אפילו איבערפארבן... דאס, און נאר דאס, איז דרך אגב געווען דער סיבה, אז די טראמפ אדמיניסטראציע האט מבטל געווען דער איראן דיל. אודאי האט פרעמיער ביבי און מדינת ישראל אויך געלייגט דרוק, אבער די עיקר געוויכט וואס האט איבערגעוואויגן די צוויי צדדים, צו אמעריקע זאל זיך יא אדער נישט ארויסציען פון דעם איראן דיל, איז געווען דער בונד צווישן די טראמפ אדמיניסטראציע און קרוין פרינץ בין סאלמאן..! פאר סאודי אראביע איז א נוקלעארע איראן, א בייזע חלום פון וואס זי וויל אפילו נישט טראכטן.., דאס וועט דאך טאטל צונישט מאכן דער גאנצע אויפגעבויטע 'סוני קאאליציע', ווארום מיט א נוקלעארע איראן וועט מען זיך נישט קענען אזוי ארמשפילן, דערפאר פירט זיך לעצטענס סאודי אראביע אויף אזוי היסטעריש אויף די גאנצע איראן אישו, ווארום זי וויל פארזיכערן אז איראן ווערט אויף קיין פאל נישט קיין נוקלעארע מאכט, נאמיאנאלע זיכערהייט ראטגעבער דזשאן באלטאן האט אפילו געדארפט פארזיכערן פאר בין סאלמאן אז אויב ח"ו וועט עס קומען דערצו אז איראן וועט זיך דערשלאגן צו נוקלעארע וואפנ'ס, וועט אמעריקע ברעכן דער דזשענעווע אפמאך און געבן פאר די סאודי'ס נוקלעארע וואפן, פארשטייט זיך אונטערן נאמען פון אנהאלטן פרידן און שלום אינעם ראיאן....

צוריק צו דער נייע אויל געראנגל, וועט יעצט צום ערשטן מאל אויסקומען, אז די אראבישע לענדער, וועלכע פארמירן די מאכטפולע אויל 'אפעק' קאאליציע, וועלן זיך אינערליך ארומשלאגן צווישן זיך איבער העכער'ן אדער נידערן אויל פראדוקציע, א זאך וואס פלעט אלעמאל ווערן אנטשידן ביי א אפיציעלע אפשטימונג צווישן אלע אויל רייכע 'אפעק' מיטגלידער. אבער אצינד מיט איראנ'ס לעצטיגע סטראשע, און מיט בין סאלמאנ'ס הבטחה צו העכערן די פראדוקציע, און מיט די עמיראטס'ס קאנטער סטראשע, וועט א אפעק אפשטימונג נישט האבן קיין שום ווערט, ווארום יעדער וועט זיך טון וואס ער וויל, דאס קען עווענטועל פירן דערצו אז דער היסטארישע זעכציג יעריגע אפעק וועט טאטאל אונטערגיין, אויב אירע מיטגלידער פאלגן נישט אויס אירע אייגענע החלטות. און עס איז גאנץ מעגליך אז עס וועלן עווענטועל זיך פארמירן צוויי אנדערע אויל קאאליציע'ס. אזוי צו אזוי, זענען אויל שפעקילאנטן זייער אנגצויגן פון די לעצטיגע אנטוויקלונגען, וואס קען פירן דערצו אז די אויל פרייזן זאלן טראסקענען ביזן תהום אריין (אוי, הלואי...!), אויב עס וועט מער נישט זיין א צענטראלע רעגעלאטאר ארגעניזאציע צו האלטן די פרייזן אין פלאץ. וואס וועט זיין? וועלן מיר מוזן צוווארטן און זען.

ווי איז דאס געשעהן?
זעה Middle East אויף גוגל מעפס

אלע לעבעלס

א שמייכל אבאמאקעיר אבדול פאטאח על-סיסי אבדולא יאמין אביגדור ליבערמאן אברהם מרדכי מלאך אגודת ישראל אגריקולטור אדאלף היטלער אהייא אהרן בנציון ווידער או. דזשי. בי. עי או.דזשעי. פּעק או.יו. אובער אוגאנדע אודיא אודע לאנדבאוער אוהורו קעניאטא אוויאציע אוזבעקיסטאן אוטיזם אויסטראליע אומאן אומאר על-ראזאז אונגארן אוקראינע אוראגוויי אורין העטש אושען אינפיניטי אזיע אי.יו. אי.סי.בי. אי.פי.עי. איאטאלא כומעיני איבעי איבערוואג אידישע הויפן איוואנקע טראמפ איטאליע איטסונארי אנאדערא איי.אר.עס. אייאווע איידעהא אייווארי קאוסט אייסיס אייסלאנד אייק קאוועלאדזשע אייקיע אייראפע איירלאנד אילינאי אילעין טשאו אימיגראציע אימעילגעיט אימעילגעיט 2.0 אימפיטשטמענט אינדאנעזיע אינדיאנא אינדיע אינדיען פוינט אינטעל אינטערוויא אינטערנאַציאָנאַל אינטערנאציאנאלן ספעיס סטאנציע אינטערנעט אינטערפאל אינסטעגראם אינפראסטרוקטור איסט ריווער איסלאמישע דזשיהאד איראן איראק איתמר גינצבורג אכמעד ראכאמי אכסאן איקבאל אל-על אלאבאמא אלאסקע אלאסקע עירליינס אלבאניע אלבערטא ניסמאן אלבערטא פודשימארי אלדזשיריע אלט-רייט אלטערנעיט סייד פארקינג אלי לארידזשאני אליבאבא אלידזשיענט עיר אליווער נארט אלכסנדר אקאסטא אלען דערשאוויץ אלעקס אזאר אלעקס וואן דער זעוואן אלעקסאנדער דאונער אלעקסיי נעוואלני אלעקסיס ציפראס אלערגיע אמאן אמנעסטי אינטערנאציאנאל אמעריקע אמעריקען עירליינס אנאטאלי אנטאנאו אנאליז אנגאלע אנגעלע מערקעל אנדרעי דודא אנטאני סקאראמוטשי אנטאניא גוטערעז אנטאניא לעדעזמא אנטי-טראסט אנטיסעמעטיזם אנטיפא אנקעטע אסאסיעטעד פרעס אסטמא אסקאר לאפּעז ריווערא אפגאניסטאן אפסטעיט נ.י. אפעק אפקויפן און פאראייניגונג אפרים שעהר אפריקע אקאיעד אולא אקלעהאמע אר.טי. אראס אגאלאראוו ארגענטינע ארטיפישעל אינטעלידזשענס ארי ווייזער אריזאנע אריטריע ארכעאלאגייע ארמעניע ארעגאן ארץ ישראל ארקענסא אשראף גאני באב מענענדעז באב קאורקער באבוב באהאמעס באו דיטעל באואינג באכראין באליוויע באליסטישע וואפן באמבארדיער באן קי-מון באנגלאדעש באנק אוו אמעריקע באנקראט באסניע באצאלטע אנאנס באקא האראם באקסד.קאם בארא פארק באראק אבאמא בארבארא אנדערוואוד באריס דזשאנסאן באשאר אל-אסאד באשעפעניש רעכט בודזשעט בולגאריע בזק בי-1-בי בי-ענד-עידזש בי.בי.סי. בי.עם.דאבעליו בי.פי. ביאלאגישע וואפן ביבי נתניהו ביטקוינס ביל געיטס ביל דעבלאזיא ביל לארקין ביל קלינטאן ביל קעסידי בילדער בינגאו בלו ארידזשין בלוטיגע שיסעריי בלומינג גראוו בלומינגבורג בלעקוואטער בעל התניא בעלארוס בעלגיע בעלזא בען סאס בען קארדין בען קארסן בענגלאדעש בעסט ביי בערל לאזאר בערני סענדערס בערקשייער בראזיל בראנקס בראק לאנג ברוך גארין ברוך דיין האמת ברוס ראונער ברוקלין ברידזשגעיט בריטיש עירוועיס ברייטבארט ניוז ברייען קאלב ברייען ראסס ברייען שאטז ברית מילה ברסלב ברעד לענדער ברעד פארסקעיל ברעט קעווענאו ברעיקינג ניוז ברעקזיט גאו דעדי גאלדמאן סאקס גאן קאנטראל גאסט עדיטאריאל גואטאמאלא גואם גוגל גוואנטאנאמע בעי גולן בערג גור גורביר גרעוואל גזירת גיוס גייקא געזונט געזעץ געזעץ ענפארסעמענט געמבלינג גערי דוד קאהן געריכט גראפיטי גרוזיע גריכלאנד גרינע פארטיי גרעב גרעג עבאט דאוג דוסי דאוג דזשאונס דאמיניק ראפּיני דאמיניקען רעפובליק דאן מעקגעהן דאנא ברעזיל דאנא רארבאכער דאנעלד טאסק דאנעלד טראמפ דאנעלד טראמפ דזשוניער דאנקין דאונאטס דאקומענטן דוב הייקינד דוד בירנבוים דוד גרינפעלד דוד הערש מאנדל דוד וואנונו דוד פריעדמאן דוישטע באנק דזשאבס דזשאו ארפעא דזשאו בארטאן דזשאו ביידען דזשאו לאוטע דזשאו ליבערמאן דזשאו מענשין דזשאול דזשיאמברא דזשאוסעף פערקאוקאו דזשאן באלטאן דזשאן בוראסאו דזשאן ברענען דזשאן דאוד דזשאן טאורי דזשאן טעילאר דזשאן טעסטער דזשאן מעקעין דזשאן עף. קענעדי דזשאן פאדעסטא דזשאן קאנינגהעם דזשאן קאניערס דזשאן קארנין דזשאן קעלי דזשאן קעסיק דזשאן קערי דזשאנאטאן פאלארד דזשאנסאן-און-דזשאנסאן דזשאסטין טרודא דזשארדזש דאבעליו בוש דזשארדזש לעטימאר דזשארדזש סאראס דזשארדזש עידזש.דאבעליו. בוש דזשארדזש פאפאדאפולוס דזשארדזשיע דזשומאן וויליאמס דזשי-20 דזשי-7 דזשי.אי. דזשיבוטי דזשיל סטיין דזשים אקאסטא דזשים בריידענסטין דזשים דזשארדען דזשים דזשוסטיס דזשימי מאראלעס דזשימי קארטער דזשינע העספעל דזשעב הענסערלינג דזשעט-בלו דזשעי אינסלי דזשעי סעקולא דזשעי.פי.מארגען טשעיס דזשעימס אינהאף דזשעימס אניעל דזשעימס וואוסלי דזשעימס פיעלדס דזשעימס קלעפער דזשעיסאן שעיפעץ דזשעיקאב זומא דזשענעט יעללען דזשענעראל מאטארס דזשעף בעזאס דזשעף מערקלי דזשעף סעשאנס דזשעף פלעיק דזשעפערי לארד דזשעפרי בערמאן דזשעקי ספּייער דזשעראד קושנער דזשעראום פאועל דזשערי בראון דזשערי נאדלער דזשערסי סיטי דזשערעמי קארבין די פיליפינען די פעד די צייטונג די.עיטש.על די.ען.עי. דייטשלאנד דייעביטיס דייעט דייען פיינסטיין דין תורה דינא דינע פאועל דיסקרימינאציע דיען העללער דיען סקעלאס דיפלאמאטיע דיק דורבין דירות דירעגולאציע דניאל העקסטער דעב פישער דעבאטע דעוויד אורבען דעוויד איגעי דעוויד דיוק דעוויד יאנסי דעוויד שאלקין דעווין נונעז דעווין פעטריק קעלי דעיוו רייטשערד דעיוויד אייק דעיוויד סיסיליען דעיוויד קאוטער דעיוויד קאטש דעיוויד קלארק דעלאוועיר דעלטא דעלטשי ראדריגעז דעמאקראטישע פארטיי דעמיטרי מעדוועדעוו דעמיטריאס פאגורטסיז דען דאנאווען דען קאוטס דעניעל אורטעגא דעניעל נייגרא דענמארק דער בלאט דער יוד דער שטערן דעראל אייסא דראגס דראון דרום אפריקע דרום דעקאטע דרום סודאן דרום קאראליינע דרום קארעא דשאן פרילי דשואיש אמעריקען העריטעדש מאנאט דשעימס מעטטיס דשעימס קאומי דשעיסאן גרינבלאט דשערי-מענדערינג האוואאי האוזינג האום דיפאו האומלענד סעקיוריטי האוערד שולץ האופ היקס האיטי האלאנד האלאקאוסט האמזא אסאמא בין לאדין האנג קאנג האנדא האנדוראס האנדל האנדל דעפיציט האני מאליקי האניוועל האפינגטאן עקאנאמיע האפינגטאן פאוסט האקים דזשעפריס האריקעין אירמא האריקעין האזעי האריקעין הארווי האריקעין מאריא האריקעין סענדי הדס גאלדפארב הואן קארלאס ווארעלא הוליא בארגעז הומא אבאדין הונגער היידאר על אבאדי היידראזשין באמבע היימלאז הייפערלופ הילערי קלינטאן היסטאריע הלכה העלט קעיר הענריקע פענע ניעטע העק הערטז הערי ווילסאן העשי טישלער השגחה פרטיות וואו עיר וואודי דזשאנסאן וואולקאן וואל סטריט דזשורנאל וואל סטריט מארקעט וואלגרינס וואלד פייער וואלווא וואלטער שאוב וואלמארט וואלן וואלקסוואגאן וואנג איע וואפן האנדל וואצעפפ וואקסין ווארען באפעט וואשינגטאן די.סי. וואשינגטאן סטעיט וואשינגטאן פאוסט ווידעא וויזא וויזניץ וויי.פי.זשי. ווייאמינג ווייסע עקסטרעמיזם ווילבאור ראסס וויליאם ברעדפארד וויליאמסבורג וויסנשאפט וויסקאנסין וויעטנאם וויקטאר אורבאן וויקיליעקס וויקיפידיע ווירדזשין אטלאנטיק ווירדזשין איילענד ווירדזשיניע ווירטואלע רעאליטעט וולאדימיר פוטין וועטער וועטעראנען וועטערבאריכט וועיז וועימא וועלט האנדלס ארגאניזאציע וועלס פארגא ווענעזועלע ווענעטא וועסט נייל וויירוס וועסטשעסטער קאונטי ווערייזאן ווערמאנט ווערעזאנא בריק זאונינג זי.טי.אי. זימבאבווע זיקא וויירוס זעלבסט-דרייוונדיגע קארס זעלבסשטענדיגקייט זעליאז אנדריוו זקני ציון פראטאקאלן זשוליאן אסאנדזש זשורנאליזם חבד חברה הצלה חיזבאלע חיים דוד צוויבל חיים דייטש חילול השם חינוך חנוכה חסד חסידות חתם סופר טאון אוו פאלם טרי טאוני בלעיר טאוני האוואטער טאזשיקסטאן טאיאטע טאליבאן טאם גערעט טאם וואולף טאם טיליס טאם מארינאו טאם סטייער טאם פרייס טאם קאטאן טאם קארפער טאם שענאן טאמעס ברונעל טאמעס דינאפאלי טאמעס לאופעז פּיער טאנזאניע טאני שאריס טאפאן-זי בריק טארא קאונאו טארגעט טוויטער טויט שטראף טויס.אר.אס טוניזיע טוריזם טורקמעניסטאן טי.מאביל טי.עס.עי. טי.פי.פי. טייוואן טיילאנד טיים מאגאזין טים דרעיפער טים מורפי טים רייען טינא סמיט טעאדאר אלסאן טעד קרוז טעכנאלאגיע טעלעגראם טעלעמארקעטינג טעלעקאמיוניקאציע טענעסי טעסלא טעקסאס טעראר טעריסא מעי טערקיי טראגעדיע טראוועל טראמפ אינטערנאציאנאלע האטעל טראמפ טורעם טראמפ פאנדעישאן טראמפ-רוסלאנד סקאנדאל טראמפקעיר טראנספארטאציע טראנספלענט טראנקריפט טרעי גאודי טרעיאן ווייט טרעפיק באריכט טשאד טשאק גרעסלי טשאק שומער טשארלי בעיקער טשארלי דענט טשארלס קאטש טשילע טשעטשניע טשעכיי יאהו יאווערי מוסאוויני יאן סטאלטענבערג יאפאן יאפפעד יארגעי מאסאן יו-טוב יו.עס. ארמיי יו.עס. מעיל יו.עס. נעווי יו.עס. עיר פארס יו.עס. פאוסטעל סערוויסעס יו.עס. קאוסט גארד יו.עף.או. יו.פי.עס. יואל אשר לאבין יוטא יולעט פעקערד יום העצמאות יום כיפור יונה כהן יוני הייקינד יוניאנס יונייטעד מאנרא יונייטעד נעישאנס יונייטעד עירליינס יוסאף טשאהאד יוסטיץ דעפארטמענט יוסי געשטעטנער יורא יעדאניס ראדריגאז יעוועטע קלארק יעקב ליצמאן יעקב משה גאנץ יצחק אולמאן ירדן ירושלים ירושלים אנערקענונג ישראל בער שטיין ישראל היום ישראל כץ כאמאס כאסאן רוכאני כאסני מובאראק כואן ארלאנדא הערנענדעז כותל המערבי כינע כעמישע וואפן כפרות כפת ברזל‎ כשרות לאורע אינגרעם לאטארי לאטוויע לאמאר אלעקסאנדער לאמבארדי לאנג איילענד לאנדאן לאס אנדזשעלעס לאקהיד מארטין לבנון לג בעומר להתחזק לואיזיאנא לואיס סעפולוועדא לואיס פאראקאן לואיס פערדינאנד דעסטאושעס לוטער סטרענדזש לוי מאיער לוי סענדערס לופטהאנזא לוקסעמבורג לי הארווי אסוואלד ליאפאלדע לאפעז ליביע ליו בארלעטא ליזשיאנעירס ליטע ליטעראטור לייוו לינדזי גרעהעם ליסע מורקאוסקי ליענדרא ענגליש ליפט ליקוי חמה תשע"ז לעבנסשטייגער לעגאלענד לעטישע דזשעימס לעיקוואד לעפטאפ פארבאט לערי קאדלאו מאד-סליידס מאדנע מאהאטיר מוכאמעד מאונט סיני העלט סיסטעם מאטעאס מאראוויטסקי מאיר בן-שבת מאיר לאבין מאכמוד אכמעדינעזשאד מאלאזיע מאלדיוואס מאלטא מאלי מאליסא מארק וויוועריטא מאלקאלם טורנבאל מאמענט מאגאזין מאן דזשי-אין מאנהעטן מאנופעקטשורינג מאנטענא מאנטענעגרא מאנטריאל מאניועל לאופעז אובראדור מאנסי מאסאטשוסעטס מאסוד בארזאני מאפע מאקסין וואטערס מאקעדאניע מאראטאן מאראקא מארגען סטענלי מארטי וואלש מארטין שולץ מארטין שקרעלי מאריאנא ראזשאוי מארין לא-פען מארק ווארנער מארק זאקערבערג מארק לעווין מארק מעדאוס מארק קארעלא מארקא רוביא מארשאל איילענדס מוזיק מוטה פראנק מוכאמאד אבאס מוכאמעד בין סאלמאן מוכאמעד זשאוואד זאריף מוכאמעד מורסי מוכאמעד נאאור מון דזשי-אין מוסלעמענער מוסר מוקטאדא על-סאדר מורסא מיאמי מיאנמאר מיגועל דיאז-קאנאל מידיא ליעקס מיזורי מיט ראמני מיטל מזרח מיטש מעקאנעל מייק דובקע מייק לי מייק פאמפעיא מייק פענס מייק ראדזשערס מייקל בלומבערג מייקל גרים מייקל האראוויץ מייקל כהן מייקל סאסמאן מייקל פלין מייקראסאפט מיכאאיל סאקאשווילי מיליטער מינעסאטע מיסיסיפי מיק מולוועיני מירון מישאל אואון מישאל טעמער מישיגען מישעל באומען מנשה ישראל רייזמאַן מעדיקעיד מעדעצין מעוולאט קאוואסוגלא מעט גאועטז מעט-לייף מעטיו היימבאך מעטעאס מאראוויצקי מעין מעיסיס מעלאניע טראמפ מענטל העלט מענטשן רעכט מענינדזשייטיס מעקסיקא מעקסיקאנער וואנט מערב ווירדזשיניע מערילאנד מעריסט מעריק מעשיות מקומות הקדושים משה דוד נידערמאן משה נחום קרויס משה רוטברג נ.י. אסעמבלי נ.י. נ.דזש. פארט אויטאריטי נ.י. סיטי קאונסיל נ.י. סענאט נ.י. פּרעסביטעריען נאווארטיס נאטא נאטאלי וועסעלניטסקאיא נאסא נאפטא נאקיע נארוועגיע נארטוועסט עירליינס נוארק נוקלעארע וואפן ניאגרא פאללס נידיא וועלאסקועז ניו דזשערסי ניו העמפשער ניו זילאנד ניו יארק טיימס ניו יארק סטעיט ניו יארק סיטי ניו יארק פאוסט ניטא לאווי ניידזשיריע ניידזשעל פאראדזש ניידזשער ניין עלעווען אטאקע נייע בוך ניעל גורסאטש ניק עירס ניקאול מאליאטאקיס ניקאל פאשיניאן ניקאלעס מאדורע ניקאלעס סארקאזי ניקאלעס קרוז ניקאראגווא ניקי העילי נעבראסקע נעוואדא נעט נוטראליטי נענסי פעלאוסי נעפאל נעראנדרא מאודי נעשאנעל גארד נתן אייזיקסאן סאאד הארירי סאדיק קהאן סאודי אראביע סאוט טשיינע סי סאוטוועסט עירליינס סאטמאר סאל אלבאניז סאלווא קיער סאלוואדאר סאלוואדאר נאסראלא סאלמאנעלא סאמאליע סאמי אנאן סאן דיאגא סאן פראנציסקא סאני סאנקטוארי שטאט סאנקציעס סאשעל מידיא סודאן סוואזילאנד סוזען קאלינס סוזען רייס סוכות סועז קאנאל סופרים קאורט סטאניסלאוו יעזשעוו סטארבאקס סטוארט לופטפעלד סטיוו בענאן סטיוו דעינס סטיוו מענוטשין סטיוו ניוהאוז סטיוו סקאלייס סטיווען מיללער סטיווען סארענסען סטיווען פעדדאק סטעטן איילענד סטעיט דעפארטמענט סטעפאניע מיינער סטרייק סי.איי.עי. סי.בי.עס. סי.די.סי. סי.ווי.עס. סי.ען.ען. סי.עף.פי.בי. סיטגאו סיטי בייק סייבער אטאקע סייבער סעקיוריטי סייפולאו סייפאוו סייפרוס סילוועסטער טורנער סינגאפאור סינגאפאור עירליינס סינטיע ניקסאן סיערע ליאון סיקרעט סערוויס סיר סיריע סלאוואניע סלאוואקיי סנעפ סעבעסטשען גארקע סעבעסטשען קורטז סעווען עלעווען סעט ריטש סעלי יעיטס סעם קלאוויס סעמסאנג סערא האקעבי סאנדערס סערביע סערגיא מאטארעלא סערגעי גארקאוו סערגעי דעבקייעוו סערגעי לאווראוו סערגעי קיסליאק סערגעי ריאבקאוו סערזש סארזשיאן סעריל ראמאפוסא ספארטס ספייגעיט ספיריט עירליינס ספעיס עקס ספעיס פארס ספערן ספרינט סקאט גערעט סקאט וואלקער סקאט סטרינגער סקאט פרואיט סקאטלאנד סקאנדאל סקול באס סרי לאנקא עבאלע וויירוס עבי האנטסמאן עגיפטן עגיפטן-עיר עד גילעספי עד דעי עד ראויס עדווארד סנאודען עדווארד פילליפ עדווארד ראיס עדעם שיף עזרא קאהן-וואטניק עטיאפיע עטנע עי-321-על-אר עי.בי.סי. עי.טי. ענד טי. עי.סי.על.יו. עי.על.עס. עיטש.אר. מעקמעסטער עימי קלאבוטשער עיר בי-ענד-בי עיר פרענס עיר קאנאדע עירבאס עירבאס 320 עירבאס 350 עירבאס 380 עירוב על באגדאדי על דזשאזירא על פרענקען על קאידא על שאבאב על.דזשי.בי.טי. עליאט ענגעל עליזאבעט ווארען עליס וועלס עלען מאסק עלעקטארעל קאלעדזש עלעקטריק קארס עלעקשאן 2016 עלעקשאן 2018 עלעקשאן 2020 עלעקשאן 2021 עם.טי.עי. עם.עס.13 עם.עס.ען.בי.סי. עמא וואלף עמטרעק עמינענט דאמעין עמיראטן עמירעיטס עירליינס עממאנועל מאקראן עמעזאן עמעט פלאד עמערסאן מענאנגאגווא ען.או.עי.עי. ען.אר.עי. ען.בי.סי. ען.וויי.יו. ען.וויי.פי.די. ען.טי.עס.בי. ען.עס.עי. ענגלאנד ענדרו גאלדשטיין ענדרו מעקעיבי ענדרו ענגלין ענדרו קאומאו ענווייראמענטאל ענטאני ווינער ענערגיע עסטאניע עסטרייך עסקנות עף-15 עף-16 עף-35 עף.בי.איי. עף.די.עי. עף.די.ען.וויי. עף.טי.עי. עף.סי.סי. עף.עי.עי. עפל עצות און הילף עקאנאמיע עקוואדאר עקזעקוטיוו ארדער עקיופאקס עקסאן מאביל עקסידענט עקסעס אויל פייפליין עקסקלוסיוו ערד ציטערניש עריטרעיע עריק אלריטש עריק גאנזאלעס עריק גארסעטי עריק האלדער עריק טראמפ עריק סוואלוועל עריק עדעמס עריק שניידערמאן פאבלא קוזינסקי פאדעסטא גרופ פאדערשטע זייט פאול לעפעידזש פאול מענעפארט פאול נעהלען פאול רייען פּאוליעוו פאולענד ספרינג וואסער פאטולא גולאן פאליטיק פאליציי ברוטאליטעט פאליציי שיסעריי פאלסבורג פאלעסטיניע פאלעסטינער אויטאריטעט פאלשע נייעס פאנאמא פאקיסטאן פאקס ניוז פאראגוויי פאראדייס פאפירן פארבס פארד פארדאן פארט לאדערדעיל פארטא ריקא פארטוגאל פארטיידיגונג דעפארטמענט פוטש פוילן פון אידישער ווינקל פון אייוועלט פון די צייטונג פון דער בית פון דער יוד פון דער יושב ראש פון דער מעלדונג פון דער קלאסיפיידס פון המספיק גאזעט פון חיבורי הקהילה פון יעזורו פון ישיבה ווארלד ניוז פון להתחזק פון לוח היום פון לוח הציבור פון פיינע נייעס פון ק"י וואכנשריפט פון קאווע שטיבל פון קול ברמה פון קוק ווינקל פון קעטסקיל נייעס פון שערי מדע פורים פי.די.עף. פי.קעי.קעי. פיאט קרייסלער פיו ריסוירטש פיטער גאלינסקי פּיטער נעווארא פיטער סטראוק פיטער סטראזשק פייזער פייער פיל מורפי פיליפ גאלדבערג פיליפ העמאנד פימא פינאנץ פינחס גלויבער פינלאנד פלארידע פלו פליטים פליעדיגע קאר פלעטבוש פסח פסיכאלאגיע פעדעקס פעדעראלער רעילראוד אדמיניסטראציע פעדעריקא ווילסאן פעדעריקא מוהאריני פּעטי מאורי פעטרא פאראשענקא פעטריק ליטעל פעיסבוק פען סטעישאן פענסילוועניע פעסקא פערו פערסישן גאלף פעשמערגא פראטעסט פראנטעיר עירליינס פראנקרייך פרידאם קאקוס פריט באהרארא צדקה צהל צונאמי ציווילע קריג ציוניזם ציפערן צניעות צענזוס צענזור צפון דעקאטע צפון קאראליינע צפון קארעא קאוועיט קאורי בוקער קאורי דזשאנסאן קאורי לאוואנדאוסקי קאורי סטוארט קאזאכסטאן קאטאלאניע קאטאר קאטאר עירליינס קאלאמביע קאלאראדא קאליד אלי קאליפארניע קאלעד אלי קאמאלא העריס קאן עדיסאן קאנאדע קאנאקא-פיליפס קאנאר לעמב קאנגא קאנגרעס קאנדאליזא רייס קאנטינענטאל עירליינס קאנסומער פרייוועסי קאנסטאנטין קילימניק קאנסטרוקציע קאנספיראציע קאנעטיקוט קאסאווא קאסטא ריקא קאסטקא קאקא קאלא קאר אטאקע קארופציע קארטער פעידזש קאריביענס קארל אייקהאן קארלאס מאנאם קארלאס פוזשעמאנט קארס קארסיקע קהל לב טהור קהלא קדישא קו קלאקס קלען קובא קוויניפיאק קווינס קולטור קונסט קורדיסטאן קורדן קורצשלוס קידוש השם קים גודאנגא קים יאנג אן קים יאנג טשאל קינדליין קיסטאון אויל פייפליין קיסטאון ווירוס קיעט שילער קירוב רחוקים קירסטען ניעלסאן קלאגע קלמן יעגער קלעיר מעקעסקיל קעווין דע-ליאן קעווין מעקארטי קעטי ארינגטאן קעטי קראנינגער קעטלין וויין קעטסקילס קעי.דזשי.בי. קעיטי האקול קעיטי ערינגטאן קעיפ ווארדע קעלי סעדלער קעליען קאנוועי קעמבאדיע קענטאקי קעניע קענסאס קענסער קענעדי פיילס קענעט פרעיזשער קערען הענדעל קראאטיע קראון הייטס קריג קרימינאל קריס מורפי קריס קאלינס קריס קריסטי קריסטאפער פארינא קריסטאפער קאונס קריסטאפער רעי קריסטין דזשיליבראנד קריסטינא קירשנער קריפטא-קורענסי קרית טאהש קרית יואל קרעדיט סוויס ראאול קאסטרא ראב גאלדסטאון ראב פארטער ראבאט ראבערט מוגאבי ראבערט מוללער ראבערט עסטארינא ראבערט פיקא ראד בלאגאיעוויטש ראד וויהלער ראד ראזענשטיין ראדזשער סטאון ראדיקאליזם ראדריגא דוטערט ראוד איילענד ראווי ראגביר ראיאטן ראילא אודינגא ראלף נארטעם ראם עמאניועל ראן דזשאנסאן ראן ראקוועל האנסען ראסיזם ראסיפ טאיעפ ערדאוואן ראש השנה רובען דיאז רודי דזשוליאני רויטע קרייץ רויטערס רויעל דאטש-שעל רומעניע רוסלאנד רוסלאנד-וואלן סקאנדאל רחל מעדאו רי יאנג הא ריטינק-עקס ריטעיל ריטשארד בוערי ריטשארד בור ריטשארד בלומענטאל ריטשארד ספענסער ריטשארד פאוסעט ריטשארד פעינטער ריטשארד קארדרעי ריטשארד קלארידא ריטשי טאורעז רייזע פארבאט רייט-עיד רייכערן רייען זינקע רייקערס איילענד רינאט אכמעטשין ריעל עסטעיט ריעק מאשאר ריק געיטס ריק סעקאון ריק סקאט ריק פערי ריק קאטאן ריקאל ריקארדא מארטינעלי ריקארדא ראסעלא רעגיאנאל ביקור חולים רעגירונג רעגירונג פראגראמען רעגירונג שאטדאון רעי לאהוד רעי מאר רעינס פריבוס רעליגיע רענד פאול רעפובליקאנער פארטיי רעקס טילערסאן שאהיד קאהאן אבאסי שאול עלאוויטש שאן העניטי שאן ספייסער שבתאי שווייץ שוועדן שומרים שחיטה שטורם שטורעם אלבערטא שטייער שי דזשינפינג שילע דזשעקסאן לי שינזא אבעי שיעורים שיפפינג שיקאגא שלום בית שלום מרדכי רובאשקין שלמה העלבראנץ שמואל בוטח שמחה פעלדער שמחות שעווראן שעלדאן סילווער שעלי מעיער שעלי סימאנדס שעלי קעפיטא שפאניע שפיאנאזש שרה נתניהו שרעק און סטראשע תולדות אברהם יצחק תימן תפילה תשעה באב