וואשינגטאן – פרעזידענט טראמפ האט נעכטן אין אן אינטערוויו געזאגט, אז ער וואונטשט זיך אז דער געוועזענער וויצע פרעזידענט, דזשאו ביידען, זאל זיין דער דעמאקראטישער קאנדידאט וואס וועט לויפן קעגן אים, ווען ער לויפט פאר ווידערוויילונג אין יאר 2020. ביידען איז שוין געלאפן צוויי מאל פאר פרעזידענט, אבער ער האט אויפגעגעבן אינמיטן דעם פריימערי סעזאן, און אין יאר 2016 האט ער ערנסט געקלערט צו לויפן א דריטן מאל, נאר ער האט באשלאסן נישט צו לויפן, נאכדעם וואס זיין זון איז געשטארבן פון קענסער. אצינד זאגט ביידען נאכאמאל אז ער טראכט ערנסט פון לויפן, און ער וועט באשליסן קומענדיגן יאנואר וואס ער גייט טאן. טראמפ זאגט, אז ווען אבאמא האט גענומען ביידען פאר וויצע פרעזידענט, האט ער אים "ארויסגענומען פונעם הויפן מיסט", צולייגנדיג "איך האף אז ביידען וועט לויפן קעגן מיר".

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל