רוים – בערך פיר הונדערט פליטים אויף צוויי פאטראל שיפן זענען נעכטן אפגעשטיגן ביי די ברעגעס אין סיסילי, איטאליע, נאכדעם וואס די עקסטרעם-רעכטע אנטי-אימיגראנטן רעגירונג אין איטאליע האט געשלאסן אן אפמאך מיט אנדערע אייראפעאישע לענדער. די ניי-ערוויילטע רעכטע רעגירונג אין איטאליע האט שוין אין די לעצטע וואכן געמאכט פראבלעמען עטליכע מאל מיט'ן אקצעפטירן פליטים, וואס ווערן געראטעוועט פון דערטרענקען אין קליינע שיפלעך אינעם מיטללענדישן ים, אבער נאך גרויס דרוק פון אנדערע אייראפעאישע לענדער, און נאכדעם וואס 6 לענדער האבן געזאגט אז זיי וועלן ארויסהעלפן איטאליע צו פראצעסירן די אזיל-רעכט אפליקאציעס פון די 400 פליטים, האט איטאליע זיך נעכטן געבראכן.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל