מאנהעטן – א גרופע אינוועסטירער וועלכע זוכן צו פארקויפן גאר טייערע קאנדא אפארטמענטס אין א לוקסוריעזן טורעם אין ניו יארק סיטי, זענען אויפגעקומען מיט אן אינטערעסאנטן געדאנק וויאזוי אריינצושלעפן רייכע קונים, נעמליך דורכ'ן פארשפרעכן אז יעדער וואס קויפט א קאנדא אינעם טורעם, וועט אויטאמאטיש האבן רעכט צו נעמען רייזעס מיט א לוקסוריעזער יאכט שיף, וועלכע באלאנגט אויסשליסליך פאר די אייגנטימער פון די קאנדאס אינעם טורעם. די רעדע איז פון דער זעכציג שטאקיגער "סיעפּארט רעזידענסעס" געביידע אויף 161 מעידען לעין אינעם פינאנציעלן דיסטריקט, וועלכע פארמאגט 98 קאנדאס. יעדער קאנדא אייגענטומער קען נעמען דריי אומזיסטיגע רייזעס מיט דער יאכט שיף פער וואך – וואס אויב עמיצער זאל ארויסצאלן געלט באזונדער פאר 3 יאכט רייזעס א וואך, וואלט עס אויסגעקומען 50 טויזנט דאלאר א יאר.

\בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל