אלבאני – ניו יארק סטעיט גאווערנאר ענדרו קאומאו האט געשריבן א בריוו צו פעדעראלע אויטאריטעטן, אז זיי זאלן באנייען א פאליסי וועלכע ערלויבט פוד-סטעמפס געניסער צו נוצן זייערע פוד-סטעמפס געלטער אויף איינצוקויפן ביי לאקאלע "פארמערס מארקעט" צענטערן וועלכע גייען אן אין לויף פון די זומער מאנאטן. קאומאו'ס בריוו איז געווען אדרעסירט צום פעדעראלן אגריקולטור סעקרעטאר סאני פערדיו, שרייבנדיג אז ער האט באקומען א נאטיץ פון דער פעדעראלער רעגירונג, אז עס גייט זיין א טויש אין די פארמערס מארקעט סיסטעם, אז פוד-סטעמפס געניסער וועלן מער נישט קענען נוצן די געלטער פאר'ן פארמערס מארקעט, און מ'וועט נאר קענען קויפן מיט "וויק" אדער קעש געלט.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל