באסטאן – יעצט פארשטייט שוין דער שרייבער פון די שורות, פארוואס ס'קומט אזוי שווער אן דאס שרייבן אין די זומער וואכן... א פרישע שטודיע, וואס איז דורכגעפירט געווארן דורך דאקטוירים פון די הארווארד טשאן פובליק געזונטהייט שולע אין באסטאן, צייגט אז היץ כוואליעס קענען פיזיש אפעקטירן דעם מענטש, ער זאל נישט קענען אזוי שנעל טראכטן, און דעריבער איז מען ווייניגער פראדוקטיוו, אפילו יונגע און גאר געזונטע מענטשן, בשעת ס'איז זייער הייס. זיי זענען דאס דערגאנגען דורכ'ן געבן שווערע טעסטס פאר א גרופע סטודענטן אין א קאלטן צימער, און די זעלבע טעסטס פאר א גרופע סטודענטן אין א הייסן צימער, וואס די רעזולטאטן זענען קלאר געווען בעסער ביי די סטודענטן אין דעם קילן צימער.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל