פיאנגיענג – פרעזידענט טראמפ'ס נאציאנאלער זיכערהייט ראטגעבער, דזשאן באלטאן, האט נעכטן געזאגט אז דאס ווייסע הויז האט א פונקטליכן פלאן וויאזוי צפון קארעא'ס נוקלעארער וואפנס פראגראם קען זיין גענצליך אפגעשאפן אין ווייניגער ווי א יאר ארום. באלטאן זאגט אז דער פלאן וועט קענען אויסגעפירט ווערן אזוי שנעל, אויב די אמעריקאנער רעגירונג וועט האבן די פולע קאאפעראציע פון צפון קארעא – אבער אין דער זעלבער צייט פון באלטאן'ס אפטימיסטישע קאמענטארן, הערט מען פון סי-איי-עי קוועלער אז צפון קארעא האט א לאנג-טערמיניגן פלאן אויסצושפילן אמעריקע און אנהאלטן אין געהיים זייער נוקלעארער וואפנס אנטוויקלונג.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל