בערלין – א באמבע פון דער צווייטער וועלט קריג עפאכע, וועלכע איז אפגעפונען געווארן אויף דעם שטח פון דער "וואלקסוואגאן" קאר פאבריק אין דער שטאט וואלפסבורג, דייטשלאנד, איז נעכטן אוועקגעפירט געווארן, נאכדעם וואס די אויטאריטעטן האבן עס אומשעדליך געמאכט. די לאקאלע אויטאריטעטן האבן געמאלדן, בשעת'ן געפונען די באמבע נעכטן אינדערפרי, אז זיי האבן עוואקואירט בערך פיר טויזנט איינוואוינער, ביזנעסער און געשעפטן, אין די עטליכע מייל ארום דעם ארט, נישט וויסנדיג ווי מאכטפול די באמבע איז, אין פאל עס וועט אויפרייסן. למעשה האבן זיי עס סוקסעספול אומשעדליך געמאכט, און אוועקגעפירט די באמבע אן קיין אינצידענט.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל