וואשינגטאן – די אמעריקאנער ארמיי האט אנגעהויבן שטילערהייט ארויסצואווארפן אזעלכע סארט זעלנער, בעיקר נייע רעקרוטירטע און רעזערוויסטן, וועלכע זענען אימיגראנטן וואס האלטן אינמיטן זוכן א וועג צו לעגאליזירונג. ווי די "אסאסיעטעד פרעס" זאגט, האבן זיי געהערט פון אימיגראציע לאיערס, אז אמווייניגסטנס פערציג פון אזעלכע אימיגראנטן האט מען פלוצלינג געוויזן די טיר, און זייערע אפליקאציעס צו דינען אין מיליטער זענען ארויסגעווארפן געווארן. די לאיערס זאגן אז דאס איז נישט נאר א שאנדע, נאר ס'איז אויך א פראבלעם פאר'ן מיליטער, ווייל סטאטיסטיקס צייגן קלאר אז אימיגראנטן זענען נאך די מערסטע געטרייע זעלנער.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל