ניו יארק – סענאטאר טשאק שומער איז ארויסגעקומען מיט א ווארענונג, אז ניו יארקער איינוואוינער וועלכע זוכן צו קויפן א ביליגע אפגענוצטע קאר, זאלן זיין געווארנט אז טויזנטער קארס וועלכע זענען פאראיאר געשעדיגט געווארן ביי האריקעין הארווי, ווערט יעצט ארויסגעשטעלט אויף דער מארקעט. שומער זאגט אז אין לויף פונעם האריקעין סעזאן פאראיאר, זענען איבער א האלב מיליאן קארס געשעדיגט געווארן, און סוחרים פון ביליגע קארס קענען פאר בלויז צוויי טויזנט דאלאר אויפרעכטן אזא האריקעין קאר, עס צו מאכן אויסזען שיין, און פארקויפן פאר צווישן 5 ביז 8 טויזנט דאלער. שומער ווארנט אבער אז א קאר וואס איז געשעדיגט געווארן פון א האריקעין, האט מעגליך ערנסטע מעכאנישע פראבלעמען, וואס קענען זיין א לעבנס-געפאר, און דעריבער דארף מען זיין זייער געווארנט.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל