וואשינגטאן – פרעזידענט טראמפ האט נעכטן זיך געבראכן פאר פאליטישע דרוק, און ער האט פארארדענט אז די אמעריקאנער פענער אויף רעגירונג געביידעס זאלן גענידערט ווערן צו האלב, אין עהרע פון די פינף צייטונגס איינגעשטעלטע וועלכע זענען דערמארדעט געווארן פאריגע וואך ביי דער שיסעריי אין דער "קעפיטאל גאזעט" צייטונג הויפטקווארטיר אין מערילאנד. דער לאקאלער מערילאנד מעיאר, געווין באקלי, האט געזאגט אז ער האט מאנטאג געבעטן פון ווייסן הויז, אז טראמפ זאל פארארדענען צו נידערן די פענער, אבער מען האט אים אפגעזאגט. האט באקלי אונטערגענומען א קאמפיין, לייגנדיג פאליטישע דרוק אויפ'ן ווייסן הויז, אז טראמפ שטיצט נישט קיין מידיא פרייהייט, און נישט וועלנדיג ס'זאל ווערן א שטורעם, האט עס טראמפ נעכטן פארארדענט. א ווייסער הויז ווארטזאגער האט אבער געלייקנט, זאגנדיג אז טראמפ האט עס תיכף מאנטאג באשטעטיגט.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל