טוויטער'ס סטאקס האבן געליטן א שווערע קראך, נאך א באריכט פון די וואשינגטאן פאוסט אז טוויטער פארלייגט זיך אויף פאלשע אקאונטס, און פארשפארט זיי אין גרויסע נומערן.

לויט די באריכט, האט זי שוין פארשפארט 70 מיליאן אקאונטס אין מאי און יוני, און וועט ווייטער אנהאלטן די שוואנג יעצט אין יולי.

די פעדעראלע רעגירונג האט פארלאנגט פון טוויטער זיך צו נעמען איבער די פאלשע קאנטעס, נאך די רוסישע וואלן פעלשעריי, אבער די וואל סטריט דזשורנאל גלויבט אז זי איז געגאנגען צו ווייט.

אומגעפער 11:25 פארמיטאג, האט איר סטאק געלאפן בי $43.13, כמעט 8% ווינציגער ווי די $46.80 ביים מארקעט עפענונג, אבער איז נאכמיטאג ארויפגעקראכן, און זיך געשטעלט צו $44.14 ביים מארקעט פארמאכן, נאכאלץ א זעץ פון איבער 5% פון איר גאנצע ווערד.

בילד

אויסשליסליכע באריכט פון נתן אייזיקסאן צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל