פלארידע – דעמאקראטן האבן אנגעהויבן פארפירן, נאכדעם וואס עס זענען אפירגעקומען באריכטן, אז דער "מאר-א-לאגא" רעזארט אין פאלם ביעטש, פלארידע, וואס באלאנגט פאר פרעזידענט טראמפ און ער פארברענגט דארטן יעדע שטיק צייט, זוכט אויפצונעמען צייטווייליגע ארבעטער פון אויסלאנד. די באריכטן צייגן, אז די מענעדזשמענט פונעם רעזארט האבן אריינגעגעבן ספעציעלע ביטעס צו דער פעדעראלער רעגירונג, אז זיי זאלן מעגן אויפנעמען 61 אויסלענדישע ארבעטערס אלס קעכער, קעלנער און צו טאן אנדערע פונקציעס – שרייען דעריבער די דעמאקראטן, אז דאס איז שטארק היפאקריטיש, ווייל עס קומט אין א צייט וואס טראמפ פארפירט קעגן אימיגראנטן, אז זיי נעמען אוועק דזשאבס פון אמעריקאנער בירגער, און אין א צייט וואס טראמפ שרייט אז אנדערע לענדער שעדיגן אמעריקע'ס עקאנאמיע.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל