ניו יארק – א געזעץ וועלכע וועט פארמערן די צאל דירות אין ניו יארק סיטי, איז פארגעשטעלט געווארן אינעם סיטי קאונסיל פארלאפענעם דאנערשטאג, און עס האט די שטיצע פון מעיאר ביל דעבלאזיא. דער ביל וועט טוישן די זאונינג געזעצן, צו ערלויבן אז מען זאל קענען בויען מער אפארטמענטס אין בעיסמענטס פון געוויסע סארט איין-פאמיליע און צוויי-פאמיליע הייזער. צו זען צי אזא פלאן ארבעט זיך אויס, צי טענענטס זענען אינטערעסירט צו וואוינען אין בעיסמענטס, און וואס די אפעקטס דערפון זענען, פלאנירט די סיטי אוועקצושטעלן א פראבע-פראגראם אין איסט ניו יארק געגנט אין ברוקלין, פאר די קומענדיגע דריי יאר.


בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל