לאנדאן – די בריטישע פאליציי מעלדט, אז עס איז זיי געלונגען צו אידענטיפיצירן עטליכע רוסישע בירגער, וואס זיי גלייבן אז די זענען געשטאנען אונטער דער נאוויטשאק פארפעסטיגונג אטאקע אויפ'ן געוועזענעם רוסישן שפיאן סערגעי סקריפאל און זיין טאכטער מיט אפאר חדשים צוריק. די פאליציי האט אנאליזירט סורוועילענס קאמערעס פון לענגאויס סאליסבורי, די שטאט וואו די פארפעסטיגונג האט פאסירט, און ארומיגע שטעט, ביז'ן קומען צום אויספיר איבער די רוסן וועלכע זענען פאראנטווארטליך פאר דער אטאקע. עס איז נישט קלאר, צי די רוסן זענען נאך אלץ אין ענגלאנד, אדער זי זענען שוין אהיימגעפארן קיין אייראפע, אבער די פאליציי זאגט אז זי וועט פרובירן צו ארעסטירן די פארדעכטיגטע.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל