עזה – די טראמפ אדמיניסטראציע פלאנירט צו לייגן דרוק אויף אנדערע לענדער, אז זיי זאלן שיקן מער פינאנציעלע הילף פאר די פאלעסטינער. דער פלאן איז אונטערגענומען געווארן נאכדעם וואס דזשעראד קושנער און דזשעיסאן גרינבלאט האבן זיך נארוואס צוריקגעקערט פון זייער רייזע אינעם מיטל מזרח, וואו די פאלעסטינער האבן נאכאמאל קלארגעשטעלט אז זיי ווילן נישט קאאפערירן מיט די טראמפ אדמיניסטראציע.

די טראמפ אדמיניסטראציע האפט, אז דאס אז זי וועט ברענגען אנדערע לענדער צו שיקן מיליאנען דאלארן הילף פאר די פאלעסטינער, וועט איבערצייגן די פאלעסטינער פירערשאפט זיך יא אראפצוזעצן מיט די טראמפ אדמיניסטראציע, און זיך צושטעלן צום פארגעשלאגענעם שלום פלאן. עקספערטן האבן אבער אויסגעדרוקט סקעפטיציזם, זאגנדיג אז די פאלעסטינער זעען קלאר אז די טראמפ אדמיניסטראציע מיינט נישט די אינטערעסן פון די פאלעסטינער.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל