ניו יארק – פרעזידענט טראמפ'ס געוועזענער לאנגיעריגער לאיער מייקל קאהן, האט נעכטן געבראכן זיין פובליק שטילקייט איבער די אנגייענדיגע אויספארשונגען קעגן אים, און ער האט געלאזט פאלן קאמענטארן אנצודייטן אז ער וועט מעגליך פארראטן טראמפ און אנהייבן קאאפערירן מיט פעדעראלע אויספארשער. ביז יעצט האט קאהן נאכאנאנד געזאגט, אז ער וועט זיין לעבן אוועקגעבן פאר טראמפ, ער וועט אפילו "נעמען א קויל" פאר אים, אבער אין אן אינטערוויו מיט עי-בי-סי ניוז נעכטן, האט קאהן געזאגט, אז פון יעצט און ווייטער וועט ער "לייגן פאמיליע און לאנד ערשט". ווי קאהן זאגט, ווארט ער קודם צו זען וועלכע סארט קלאגעס עס וועלן אריינגעגעבן ווערן קעגן אים.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל