מאסקווע – בלויז 4 טעג נאכ'ן זיך טרעפן מיט'ן אמעריקאנער פרעזידענט דאנאלד טראמפ, האט דער רוסישער פרעזידענט וולאדימיר פוטין ארויסגעשטעלט א פרעזענטאציע, מיט בילדער און ווידעא פון די גאר פארגעשריטענע נייע נוקלעארע און געהעריגע וואפנס וואס זיין מיליטער אנטוויקלט. אין דער פרעזענטאציע זעט מען א רוסישן פליגער זיך הייבן, זייענדיג באוואפנט מיט דעם נייעם "הייפערסאניק" מיסיל, וואס פוטין האט זיך שוין געגרויסט דערמיט אין מערץ, אז ס'קען פליען צו יעדער עק וועלט און אויסמיידן אמעריקאנער מיסיל שוץ סיסטעמען. אויך זעט מען אין דער פרעזענטאציע א לעבעדיגן בליק אין א מיליטערישן פאבריק, וואו די נייע פארגעשריטענע מיסילס ווערן פראדוצירט.


בילד


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל