מעקסיקא סיטי – דער ניי-ערוויילטער פרעזידענט אין מעקסיקא, מאניועל לאפעז אברודאר, האט געגעבן א לענגערע רעדע פאר טויזנטער פון זיינע פארזאמלטע שטיצער, נאכדעם וואס ס'איז געווארן קלאר אז ער האט געוואונען די וואלן. צווישן אנדערן האט ער פארשפראכן אויסצוראטן קארופציע אינערהאלב דער רעגירונג. אברודאר האט געזאגט אז ער קוקט ארויס צו ארבעטן אינאיינעם מיט'ן אמעריקאנער פרעזידענט דאנאלד טראמפ אויף פארשידענע אישוס – און טראמפ האט נעכטן אינדערפרי ארויסגעשיקט א מעסעדזש, צו גראטולירן אברודאר פאר זיין געווינס, שרייבנדיג אויך אז ער קוקט ארויס צו ארבעטן מיט אים.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל