פרעזידענט טראמפ זאגט אז די "וואורלד טרעיד ארגעניזעישאן" דארף טוישן אירע וועגן 'אויב נישט' וועט אמעריקע עפעס טוען דערוועגן...

בילד



דער אונטערנאציאנאלע טרעיד מלחמה פארשארפט זיך.., ווען אין וואשינגטאן האט מען אנגעהויבן הויך צו שפעקילירן, אז אמעריקע וועט ארויסטרעטן פונעם אונטערנאציאנאלע טרעיד אגענטור..! דאס איז געקומען נאכדעם וואס דער "וואורלד טרעיד ארגעניזעישאן" האט אייער נעכטן אפגעהאלטן א שטורעמישע זיצונג, ווי די אנוועזענדע בארד מעמבערס האבן שטארק פארדאמט אמעריקע, און געווארענט, אז אלע אונטערנאציאנאלע מארקעט'ס וועלן צוטרייסעלט ווערן און קראכן, אויב זאל זיך אנהייבן א ריכטיגע טרעיד מלחמה צווישן די אונטערנאציאנאלע לענדער. דאס איז געקומען ווי א שטארקע פאטש פאר אמעריקע און פאר פרעזידענט טראמפ, אז די רעספעקטפולע "וואורלד טרעיד ארגעניזעישאן" האלט קלאר אז אמעריקע איז שולדיג אין די לעצטיגע טרעיד אנגעצויגענקייט, און נישט טשיינע אדער אייראפע, וועלכע האבן ביז יעצט פארמאגט א נישט גלייך אויף גלייך טאריף סיסטעם מיט אמעריקע.

פרעזידענט טראמפ'ס געהילפן האבן די לעצטיגע וואכן פראבירט מסביר צו זיין איבעראל, ביז צום הייזעריג ווערן, אז נישט אמעריקע איז שולדיג אין די לעצטיגע טרעיד מלחמה, נאר טשיינע און אייראפע זענען שולדיג, מיט דעם אז זיי ווילן זיך נישט צושטעלן, און איינפירן טאריפס צווישן די לענדער גלייך אויף גלייך. איינע פון פרעזידענט טראמפ'ס עקאנאמישע פארום ראטגעבער האט געזאגט אויף 'פאקס ניוז', "פארוואס האלט די וועלט אז אמעריקע דארף פינאנצירן די גלאבאלע מאקעטס פון די גאנצע אונטערנאציאנאלע געמיינדע? זאלן זיי אויסארבעטן א 'פעיר' טאריף דיל, און קיין שום טרעיד מלחמה וועט נישט אויסברעכן". ממילא פארשטייט זיך אליין, וואס פאר א גרימצארן דער זיצונג פון די WTO האט גורם געווען אין וואשינגטאן, און ווי גערעגט פרעזידענט טראמפ'ס געהילפן זענען געווארן פון דעם. ממילא פארשטייט זיך שוין זייער גוט די ווילדע גערעדעכט'ס פון די טראמפ געהילפן איבער זיך ארויסציען פון די "וואורלד טרעיד ארגעניזעישאן.

פרעזידענט טראמפ האט נעכטן ארויסגעשיקט א שטארקע ווארענונג פאר אייראפע און פאר די "וואורלד טרעיד ארגעניזעישאן" (WTO) זאגענדיג אז "דער WTO דארף טוישן אירע ביז יעצטיגע וועגן, און אנהייבן צו רעספעקטירן אמעריקע, אזוי ווי עס קומט זיך פאר דער גרעסטע עקאנאמישע מאכט אויפן וועלט", אז נישט האט פרעזידענט טראמפ צוגעלייגט א סטראשע "וועט אמעריקע עפעס טוען דערוועגן"... פרעזידענט טראמפ האט נישט קלאר אריסגעזאגט וואס ער פלאנט צו טוען, אבער פון די לעצטיגע הויכע גערעדעכצער אין וואשינגטאן איז צו פארשטיין אז זיין כונה איז צו דער ווילדע פלאן, פון ארויסציען אמעריקע פון די "וואורלד טרעיד ארגעניזעישאן", וואס מיט דעם האפט אמעריקע צו לערנען די חוצפה'דיגע ארגעניזאציע 'בלק'... (נישט פנחס), ווען זיי וועלן ענדליך איינזען, וואס פאר א פנים און געוויכט די ארגעניזאציע וועט טראגן אויב זאל אמעריקענישט זיין א טייל פון די ארגעניזאציע. גלאבאלע עקאנאמישע מומחים ווארענען אבער זייער שטארק, אז אויב זאל זיך אמעריקע ארויסציען פון די WTO, וועט דאס זיין א אפיציעלע הכרזה און דער אנהייב פון א אמת'ע גלאבאלע אונטערנאציאנאלע מלחמה.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל