ניו יארק – פרעזידענט דאנאלד טראמפ'ס געוועזענער פערזענליכער דרייווער, נאועל סינטראן, האט אריינגעגעבן אן אנקלאגע קעגן דער "טראמפ ארגאניזאציע", זאגנדיג אז ער האט נישט באקומען באצאלט "אווערטיים" געהאלטן פאר בערך 3,300 ארבעטס שטונדן וואס ער האט אריינגעלייגט פאר טראמפ, וואס דאס נעמט אריין חאגע טעג און וואקאציע שטונדן. סינטראן וויל אז די טראמפ ארגאניזאציע זאל אים באצאלן בערך א פערטל מיליאן דאלאר פאר די פארפעלטע אווערטיים צאלונגען.

סינטראן איז נישט דער ערשטער צו קלאגן טראמפ אדער זיינע ביזנעסער פאר'ן נישט באצאלן געהעריג וויפיל ס'איז זיך געקומען, אריינגערעכנט אין יאר 2017, ווען א פירמע האט געקלאגט טראמפ, אז ער האט זיי נישט באצאלט פאר ארבעט וואס זיי האבן געטאן ביי זיינע גאלף רעזארטן.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל