לאנדאן – אין אן אנטוויקלונג וואס מען ציטערט אז דאס וועט זיין דער גורל, ח"ו, פאר פילע חרדי'שע מוסדות אין ענגלאנד, וועט היינט דאנערשטאג אויסגעפירט ווערן די סאמע ערשטע "פארשליסונג פארארדענונג" פאר א חרדי'שער מוסד התורה, נאכדעם וואס די בריטישע "אפסטעד" עדיוקעישאן אויטאריטעטן האבן געשיקט אזא פארלאנג צו דער "געטערס תלמוד תורה" אין סטעמפארד הילל. דער מוסד גייט שוין אן 66 יאר, אוועקשטעלנדיג טויזנטער תלמידים אויפ'ן ערליכן שטייגער, אבער ליידער, נאכ'ן פרובירן זיך אויסצוקומען מיט די אויטאריטעטן און דורכפירן פארשידענע טוישונגען אינעם לעצטן יאר, וועט דער מוסד היינט זיך מוזן שליסן. דאס איז א טרויעריגער טאג פאר'ן יהדות החרדית, און מ'איז מתפלל אז די ביטערע גזירות קעגן חינוך הטהור זאל שוין נעמען אן עק.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל