וואשינגטאן – נעכטן האט זיך די קאנסערוואטיווע "טשעמבער אוו קאמערס" ביזנעס גרופע ארויסגעשטעלט דירעקט קעגן פרעזידענט טראמפ, אנהייבנדיג א לאביאירונג קאמפיין, אויפצואווייזן פאר'ן אמעריקאנער פאלק וויאזוי טראמפ'ס טאריפס אויף אנדערע לענדער, וועט שעדיגן יעדע איינציגע סטעיט עקאנאמיש. די גרופע איז די סאמע גרעסטע ביזנעס גרופע אין אמעריקע, האבנדיג דריי מיליאן מיטגלידער, און ביז יעצט זענען זיי געווען שטענדיג שטארק פרא-טראמפ. צווישן אנדערן זאגט די גרופע אין זייער נעכטן-פובליצירטע באריכט, אז אין לוזיאיאנא וועלן פארלוירן גיין א האלבן מיליאן דזשאבס און אין אלאבאמא איבער א האלבן מיליאן דזשאבס.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל