וואשינגטאן – עטליכע באריכטן נעכטן האבן געצייגט, אז פרעזידענט טראמפ האלט אט אט ביים מאכן דעם ענדגילטיגן באשלוס וועמען ער וועט נעמען אנצופילן דעם ליידיגן סופרים קאורט זיץ, וואס ער גרייט זיך צו מעלדן קומענדיגן מאנטאג. לויט'ן אסאסיעטעד פרעס, האלט די ליסטע ביי דריי מעגליכע קאנדידאטן, עימי קאוני בערעט, ברעט קאוואנאו און רעימאנד קעטלעדזש – וואס אלע דריי זענען אמטירנדע פעדעראלע אפעלאט ריכטער, און לויט רויטערס האלט די ליסטע ביי בלויז צוויי, קאוואנאו און קעטלעדזש. די באריכטן צייגן אז טראמפ האט זיך באזונדער פאראינטערעסירט אין קאוואנאו, אבער זיין היסטאריע, אלס בוש אדמיניסטראציע באאמטער, איז מעגליך א פלעק, אין טראמפ'ס אויגן.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל