וואשינגטאן – באריכטן נעכטן האבן געצייגט, אז געוויסע טראמפ אדמיניסטראציע באאמטע זענען אזוי שטארק אפטימיסטיש איבער מאכן פארשריט מיט די געשפרעכן מיט צפון קארעא, אז זיי האפן צו קענען ערלעדיגן, אין די גאר נאענטע טעג, א צווייטן סאמיט צווישן פרעזידענט טראמפ און קים יאנג אן.

לויט א באריכט אין "עקסיאס", האבן עטליכע טראמפ אדמיניסטראציע באאמטע פארגעשלאגן א פלאן, אז דער צווייטער סאמיט צווישן טראמפ און קים זאל אפגעהאלטן ווערן אין טראמפ'ס היימשטאט ניו יארק סיטי, אום קומענדיגן סעפטעמבער, ווען הונדערטער וועלט-פירער וועלן זיין אין דער שטאט פאר דער יו-ען פארזאמלונג.

ווי די באאמטע זאגן, האט מען געזען ווי שטארק קים האט געגליכן דעם ערשטן סאמיט, און ווי שטארק ער פאמפעט דערמיט פאר זיינע בירגער, וועט ער דעריבער זייער שטארק וועלן האבן א צווייטן סאמיט, און מ'וועט מען אים קענען זאגן, אז ס'איז דא א געלעגנהייט, אויב ווייזט ער עפעס פאקטישע שריט וואס שנעלער.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל