וואשינגטאן – אקטיוויסטן האבן פריש פארלאנגט פון דער פעדעראלער רעגירונג, צו ארבעטן אינאיינעם מיט טעכנאלאגיע פירמעס און גרויסע וועבזייטן, אויפצוקומען מיט א וועג וויאזוי בעסער צו בלאקירן און צענזורירן, אז עס זאלן נישט פארקויפט ווערן קיין נאצישע ארטיקלען. דער פארלאנג קומט נאכדעם וואס א פרישע אויספארשונג האט געצייגט, אז עמעזאן לאזט פארקויפן צענדליגער נאצישע קליידונג און אויך נאצישע קינדער ביכער אויף איר וועבסייט. די פרישע אויספארשונג ווייזט, אז עמעזאן לאזט צו דאס פארקויף פון אונטערהעמעדער פאר קינדער וואס האבן נאצי אויפשריפטן, און אויך קינדער ביכער געשריבן דורך דזשארדזש ראקוועל, דער גרינדער פון דער אמאליגער נאצי פארטיי אין אמעריקע.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל