ניו יארק – נאך צוויי בריקן אינעם ניו יארק ראיאן, וועלן באקומען טאל בודקעס וואו מ'וועט מער נישט קענען באצאלן מיט קעש. די "פארט אויטאריטי" האט באשטעטיגט 52 מיליאן דאלאר, פאר א פראיעקט צו אינסטאלירן דעם קעשלאזן טאל סיסטעם ביי דער "אוטערברידזש קראססינג" און ביי דער "גאטעלס" בריק, וואס ביידע פארבינדן ניו דזשערסי מיט סטעטן איילענד, און זענען פון די פארנומענסטע בריקן אינעם טריי-סטעיט ראיאן. דער סיסטעם ארבעט, ווי מאטאריסטן ווייסן שוין, אז די וועלכע האבן אי-זי-פעס וועט דער מאשין אויטאמאטיש אראפרעכענען, אן דעם וואס זיי זאלן זיך אפילו דארפן אפשטעלן, און די וואס האבן נישט קיין אי-זי-פעס, וועלן באקומען א ביל אויף דער פאסט.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל