סיאטעל – די קאווע געשעפטן-נעץ סטארבאקס, האט געמאלדן אז זיי וועלן אנהייבן עלימינירן דאס סערווירן פלאסטישע שטרויען אין אלע אירע 28 טויזנט געשעפטן איבער דער וועלט, מיט'ן ציהל מער נישט צו סערווירן קיין שום פלאסטישע שטרויען אויף יאר 020' – אלס טייל פון אן אינטערנאציאנאלן קאמפיין וואס ענווייראמענטאלע אקטיוויסטן פירן, צו עלימינירן פלאסטישע שטרויען, צוליב וואס עס איז שווער צו רעסייקלען, און לייגט סתם אן די וועלט, און אקעאנען, מיט הויפענעס שמוץ. אנשטאט וועט סטארבאקס איבערמאכן דעם דעזיין פון אירע קאווע דעקלעך, אז די וועלכע גלייכן צו טרינקען מיט א שטרוי, זאלן שפירן ווי גלייך זיי טרינקען מיט א שטרוי פונעם דעקל. אויך וועט זי סערווירן ספעציעלע פאפירענע שטרויען, וואס מ'קען יא רעסייקלען.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל