טיילאנד — נעכטן האט מען געהערט אויפדעקונגען ארום דער רעטונג אין טיילאנד, וואו מ'האט ארויסגענומען 13 מענטשן פון א פארפלייצטן הייל. ערשטנס האבן רעטונגס באאמטע געזאגט, אז ביים פלאנירן די אפעראציע, האבן זיי געהאט זיך געריכט אז ס'וועלן זיכער זיין עטליכע פאטאליטעטן; צווייטנס אז די קינדער האבן פארלוירן 4 פונט, פון זיין כמעט 3 וואכן אינעם הייל, און דריטנס האט מען געהערט אז דער גרויסער וואסער–פאמפ וואס האט ארויסגעשלעפט וואסער פונעם הייל, האט זיך צעבראכן ממש א שעה נאך דער סוקסעספולער ענדע פונעם רעטונג, וואס אויב וואלט די אקציע פארשלעפט געווארן, וואלט דער הייל גענצליך פארפלייצט געווארן.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל