פענסילוועניע – א גרויסער וואסער-רער האט זיך צעבראכן אין דאונטאון פילאדעלפיע נעכטן, ארויסשיסנדיג פופצן מיליאן גאלאן וואסער, וועלכע האט געפלאסן לענגאויס עטליכע גאסן. דאס פליסיגע וואסער האט געברענגט ערנסטע פארפלייצונגען אויף עטליכע גאסן, און האט אויך געפירט דערצו אז טויזנטער קאסטומערס האבן פארלוירן זייער עלעקטעריציטעט, אין דער צייט וואס די אויטאריטעטן האבן געארבעט צו פארשטאפן דעם צעבראכענעם וואסער-רער, ארויספאמפען דאס וואסער פון די גאסן, און צוריקשטעלן די עלעקטער. דער צעבראכענער וואסער-רער האט אויך געברענגט טראנזיט שוועריגקייטן, ווען די באאמטע זענען געווען געצוואונגען צו טוישן די רוטס פון פילע סיטי באסעס אינעם ראיאן.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל