ירושלים – מיט צער און ווייטאג קוקט זיך כלל ישראל צו, וויאזוי דער שרעקליכער גזירת שמד פונעם חוק הגיוס אין דער ציוניסטישער מדינה רוקט זיך פאראויס. נעכטן ארום איינס אזייגער ביינאכט, אויפ'ן ארץ ישראל'דיגן זייגער, איז דער חוק געברענגט געווארן פאר דער ערשטער אפשטימונג אינעם כנסת המינים, וואו ס'איז באשטעטיגט געווארן מיט א מערהייט. דער חוק לויטעט אריינצושליידערן יערליך פילע טויזנטער פרומע בחורים און יונגעלייט צום מיליטער, און דאס געזעץ קומט באגלייט מיט שטרענגע פינאנציעלע סאנקציעס טאמער פון יאר 20' למספרם וועט מען נישט דערגרייכן 95 פראצענט פון די יעדים, און קרימינאלע סאנקציעס אויב וועט 3 יאר נאכאנאנד נישט דערגרייכט ווערן 85 פראצענט פון די יעדים.

די פרומע כנסת דעפוטאטן פון אגודת ישראל האבן געשטימט קעגן דעם געזעץ, בעת די דגל התורה און ש"ס פארשטייער האבן מיט גרויס בושה געווארט ערשט צו זען, אויב ס'איז דא א מערהייט וואס שטימט פאר'ן געזעץ, און דערנאך האבן זיי זיך ערלויבט צו שטימען קעגן דעם חוק. ווי שטענדיג האבן די רעליגיעזע נציגים ארויסגענומען דעם שאכטל קראקאדיל טרערן און לעכערליכע סטראשונקעס, אז זיי גייען פארלאזן די רעגירונג קאאליציע, אויב וועט דער חוק ענדגילטיג אריבערגיין, אבער ליידער קען מען ארויסנעמען פון פריערדיגע פעלער, אז דאס אלעס איז בלויז א שפיל און דערווארטן אז קליינע שינוים זאלן יא געמאכט ווערן אינעם געזעץ, וואס דאן וועלן עס די פרומע יא שטיצן, און ליידער געבן דעם זיגל פאר א געזעץ אריינצופירן טויזנטער ישיבה בחורים ואברכים אין טמא'נעם צה"ל, היל"ת.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל