וואשינגטאן – א נייע אנקעטע צייגט, אז 44 פראצענט אמעריקאנער בירגער זאגן אז באראק אבאמא איז דער בעסטער אדער צווייט-בעסטער פרעזידענט פון זייער לעבן. די אנקעטע איז צוזאמגעשטעלט געווארן דורך די "פיו ריסוירטש צענטער", וועלכע צייגט אויך אז צווישן "מילעניועלס", דאס הייסט גאר יוגנטליכע, זאגן 62 פראצענט אז אבאמא איז דער בעסטער פרעזידענט פון זייער לעבנס-צייט. ביים אלגעמיינעם פאלק, וואו 44 פראצענט זאגן אז אבאמא איז זייער בעסטער פרעזידענט, קומט ביל קלינטאן אריין אלס נומער צוויי, און ראנעלד רעיגען — אלס נומער דריי. דער אמטירנדער פרעזידענט דאנאלד טראמפ איז אויף דעם פערטן ארט, מיט בלויז ניינצן פראצענט אמעריקאנער וועלכע זאגן אז טראמפ איז דער בעסטער פרעזידענט פון זייער לעבנס-צייט.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל