גרויסע בושות פאר די סיקרעט סערוויס און פאר דזשעראד קושנער ווען א 'פרענק קאלער' האט באוויזן צו קריגן דעם פרעזידענט אויפן טעלעפאן ליין; האט עס באוויזן מיטן הילף פון דזשעראד קושנער

בילד


א גרויסע סענזאציע איז נעכטן פארגעקומען אין די מידיא וועלט, ווען א 'פרענק קאלער' האט באוויזן צו קריגן דעם סאמע פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן 'מר. דאנעלד דזשעי. טראמפ' אויפן טעלעפאון ליין, דער פארשוין האט דאס געקענט באווייזן דורך זיך פארשטעלן אלט'ס סענעטאר 'באב מענענדעז' פון ניו דזשערסי, און אזוי ארום האט מען אים צוגעלאזט צום פרעזידענט, די צוויי האבן גערעדט צווישן זיך פאר א שטיק צייט איבער פארשידענע סארט אישוס און האבן זיך הארציג געזעגענט, נישט איידער דער לץ האט מודיע געווען פארן פרעזידענט אז דאס איז געווען א 'פרענק קאל'....! דער דאזיגע פאסירונג האט אויפגעריסן אין די מידיא וועלט ווי א באמבע, קודם כל ווייל דאס איז א ערנסטע 'סעקיורעטי אישו', אז א יעדע משוגע'נע לץ קען באווייזן זיך צו פארבינדן מיטן פרעזידענט פון אמעריקע, און נאכדעם ווייל דער אופן ווי אזוי ער האט למעשה באוויזן זיך צו קאנעקטן מיטן פרעזידענט, איז געווען דורך זיין איידעם 'דזשעראד קושנער', וואס דאס ווייזט אז פארשידענע סארט מענטשן קענען אויסקרויזן דער אפיציעלע סוויטש באורד, און קענען באווייזן צו אנקניפן א באציאונג מיטן פרעזידענט דורך איינע פון זיינע נאנטע מענטשן.

דער משמעות פון א 'פרענק קאל' באדייט, אז א געוויסע לץ אדער א גאנצע גרופע פון ליצים רופן איינעם אן אויפן טעלעפאון, און שטעלן זיך פאר פאר אים אז ער איז זיין דאקטאר אדער זיין אקאונטענט, און אזוי ארום פארפירט ער מיט אים א גאנצע שמועס, געווענליך א לאכעדיגע, צום ביישפיל, דער דאקטאר וועט אים זאגן אז מען האט אנדעקט ביי אים א זעלטענע מחלה.., און ער מעג מער נישט איינבייגן זיין רעכטע האנט...! און פארשטייט זיך אז דער קרבן רעאגירט אונטערסאנט אויף אזא מין מאדנע נייעס, און דאס איז טאקע דער כוונה...,ווייל דער גאנצע אופן ווי אזוי דער מענטש רעספאנדעט צו דעם, דאס איז די גאנצע לאכעדיגע און אונטערסאנטע חלק..., עס זענען דא הונדערטער אזעלכע סארט 'פרענק שאוס' איבער גאנץ אמעריקע, וואס טוען א יעדע נאכט אונטערהאלטן זייערע מיליאנען צוהערער מיט אלע מיני אונטערסאנטע 'פרענק קלאס', און אט די אלע סארט טעלעפאון קאלס ווערן טאקע אנגערופן מיטן נאמען 'פרענק קאלס', דאס טייטש א חוזק טעלעפאון קאל.

אצינד איז דער קרבן געווען נישט קיין אנדערע נאר דער סאמע פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן אליין...! דער לץ וואס האט דאס באוויזן איז געווען דער באוויסטע קאמידיען 'דזשאן מעלענדעז' אויף זיין פאפולערע פראגראם "דער שטאלפערדיגע דזשאן", ווי ער טוט א יעדע איינציגסטע אווענט פארשטעלן א אונטערסאנטע פרענק קאל וואס ער האט געמאכט, דער דאזיגע מעלענדעז קען זיך זייער גוט מיטן פרעזידענט נאך פון די פריעדיגע יארן, און ספעציעל גוט קען ער זיך מיט זיין איידעם דזשעראד קושנער, דער 'מעלענדעז' האט געוויסט אז קושנער איז זייער אין גוטן מיט דער סענאטאר פון ניו דזשערסי, סענאטאר 'באב מענענדעז', וועמענס נאמכן איז שטוינענד זייער ענדליך צו זיין אייגענעם 'מעלענדעז.., האט ער פראבירט זיין מזל, און... עס איז אים געלונגען...! דער לץ האט זיך קודם געוואנדן דירעקט צו דער ווייסע הויז סוויטש בארד און זיך פארגעשטעלט אלט'ס א געהילף צו סענאטאר מענענדעז, און פארלאנגט דורכצוגיין צום פרעזידענט, זיי האבן אים געלאזט ווארטן, און מעלענדעז ווערענדיג נערוועז, האט זיך פארבינדן פון א אנדערע טעלעפאון צו דזשעראד קושנער דירעקט, און זיך פארגעשטעלט אלט'ס סענאטאר מענענדעז און געבעטן פארן פרעזידענט, קושנער מיטן פרעזידענט האבן זיך דאן געפינען איינער לעבן דער אנדערע זייענדיג אויפן 'עיר פארס וואן', קושנער'ס ענטפער איז געווען "די ווילסט רעדן צום פרעזידענט? אקעי. פארוואס נישט"...

דער פרעזידענט מיט "סענאטאר באב מענעדעז".... האבן גערעדט פאר א שטיק צייט, צום ערשט האבן זיי גערעדט וועגן מענענדעז'ס פערזענליכע אישוס וואס ער איז א דורכגעגאנגן, ווערענדיג אויסגעפארשט צוליב עטליכע קאראפציע סקאנדאלן, דער פרעזידענט האט געזאגט "דו ביסט דורכגעגאנגן זייער שווערע צייטן.., און נישט קיין יושר'דיגע בכלל..", דערנאך האבן זיי גערעדט נאך עטליכע מינוט וועגן אימיגראציע און וועגן דער ליידיגע זיץ פון ענטאני קענעדי, ממש פארן ארפלייגן האט מעלענדעז זיך פארגעשטעלט און געזאגט פארן פרעזידענט אז דאס איז געווען א פרענק קאל, דער פרעזידענט האט זיך אנגערופן "א, מעלענזעז דו ביסט עס געווען? האסט געמאכט א גוטע שטיקל" און האט אראפגעלייגט דער טעלעפאון. אונטערסאנט איז געווען אז ממש נאך דעם וואס ער האט אראפגעלייגט מיטן פרעזידענט האט דער ווייסע הויז סוויטש בארד אים אנגערופן זאגן אז ביז פינעף מינוט וועט ער קענען רעדן מיטן פרעזידענט... דער גאנצע פאסירונג האט ווי געזאגט אנגעמאכט גרויסע בושות פארן סיקרעט סערוויס, און באזונדער פאר דזשעראד קושנער, וועלכע לאזט דורך צום פרעזידענט אלע סארט פערזענליכע פריינד, אן דעם וואס זיי זאלן דארפן דורכגיין דער ספעציעלע ווייסע הויז סוויטש בארד, וואס ווערט קאנטראלידט דורך דער סיקרעט סערוויס.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל