האנאלולו – אן אויפרייס האט געשפריצט לאווא אויף א טוריסטן שיף אין די וואסערן נעבן ביג איילענד אין האוואאי, פון וועלכע 23 מענטשן זענען פארוואונדעט געווארן. די מענטשן זענען געזעסן אויף א שיף וועלכע פירט דורך טורס און פארט גאר נאענט צום ארט וואו די לאווא פונעם קילאוויא וואולקאן שטראמט שוין פאר עטליכע וואכן אריין אינעם פאציפישן אקעאן, ווען פלוצלינג האט א מאסיווע שטיק לאווא אויפגעריסן, אריינגעשפריצט אין דער שיף און געלעכט דעם דאך פון שיף. ווי די אויטאריטעטן זאגן, איז איינער פון די פארוואונדעטע אין א גאר-קריטישן צושטאנד, און די אנדערע זענען דערווארט זיך צו ערהוילן. די באאמטע האבן באנייט די ווארענונגען, נישט צוצופארן גאר נאענט צו די לאווא.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל