מאסקווע – אין רוסלאנד קומען יעצט פאר די "ווארלד קאפ" שפילערייען, און טראץ וואס פאר אונז אידן פאראינטערעסירט נישט די גוי'אישע שפילערייען און ספארטס, איז פארט אינטערעסאנט נאכצוברענגען וואס "ביזנעס אינסיידער" האט נעכטן באריכטעט, אז אין די טעג איידער די שפילערייען האבן זיך אנגעהויבן, האבן רוסישע ביזנעסער און רוסישע רעגירונג אגענטורן טרענירט זייערע ארבעטער און באאמטע, וויאזוי צו שמייכלען צו פרעמדע מענטשן וועמען זיי טרעפן אן אויף די גאסן. די "ווארלד קאפ" שפילערייען ברענגען פילע טויזנטער אויסלענדישע געסט קיין רוסלאנד, און אין רוסלאנד ווערט נישט באטראכט אלס א נארמאלע סאציאלע זאך צו שמייכלען צו פרעמדע מענטשן אויף דער גאס, נאר עס ווערט גאר באטראכט אלס צייכן פון גייסטישע אומסטאביליטעט אדער שוואכע אינטעלעקט... דעריבער האט מען געדארפט אויסלערנען די רוסן צו שמייכלען צו די פרעמדע געסט.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל