בעיזשינג – א האטעל אין דרום כינע איז ארויסגעקומען און שארף געלייקנט די באריכטן, אז זי גייט אנהייבן רעכענען מער טייערע פרייזן פאר אמעריקאנער געסט. די באריכטן זענען געווען איבער דער "מאדערן קלעסיק האטעל גרופע", וועלכע פארמאגט עטליכע האטעלן אין דער כינעזער שטאט שענזען, און קוועלער האבן געזאגט אז זיי פלאנירן אנצוהייבן רעכענען מיט 25 פראצענט טייערער פאר אמעריקאנער געסט, אלס שטראף איבער דעם וואס עס קאכט זיך א האנדלס קריג צווישן אמעריקע און כינע, מיט די מאסיווע טאריפס וואס פרעזידענט טראמפ שטעלט ארויף אויף כינעזער פראדוקטן. די באריכטן האבן געשאפן א שטורעם, אז ס'איז אומ'יושר'דיג און דיסקרימינאטיוו, און א ווארטזאגער פאר דער האטעלן גרופע האט שארף געלייקנט די באריכטן.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל