אלבאני – ניו יארק גאווערנאר ענדרו קאומאו זאגט, אז ער וועט נישט צוריקגעבן די 64 טויזנט דאלאר אין קאמפיין ביישטייערונגען, וואס ער האט באקומען פאר זיינע ביז יעצטיגע קאמפיינס פון פרעזידענט דאנאלד טראמפ. קאומאו האט באקומען די געלטער אין לויף פון יאר 2001 ביז 2009, וואס ער איז ערשט געלאפן פאר גאווערנאר אין 2002 און דערנאך האט ער געדינט אלס סטעיט אטוירני דזשענעראל אין 2009.

קאומאו איז יעצט געקומען אונטער אטאקע דורך זיין ליבעראלן קעגנער סינטיע ניקסאן, וועלכע האט געוואלט אויפבלאזן א גרויסע סקאנדאל איבער די טראמפ ביישטייערונגען, אבער קאומאו האט עס אוועקגעמאכט, זאגנדיג אז ער וועט האלטן די געלטער, און דאך שארף קריטיקירן טראמפ'ס פאליסיס.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל