קאנעטיקוט – איינגעקריצטע האקנקרייצן זענען געפונען געווארן אין שטעטל רידזשפיעלד אין קאנעטיקוט, וואו מען האט אין די לעצטערע טעג געזען עטליכע ענליכע אנטיסעמיטישע גראפיטי אינצידענטן. רידזשפיעלד פאליציי זאגן, אז דריי האקנקרייצן זענען געפונען געווארן אריינגעקריצט אין א פובליק טישל ביי א האוזינג קאמפלעקס פאר עלטערע און דיסעיבלד איינוואוינער, און דאס איז טייל פון א כוואליע ענליכע האקנקרייץ אריינקריצונגען אין די לעצטע אכצן חדשים. די פאליציי זאגט, אז זיי גלייבן אז אלע באזונדערע אינצידענטן זענען פארבינדן צו איין קליינע גרופע פארשוינען, אדער אפילו איין איינציגן פארשוין, און די פאליציי זוכט הילף צו אידענטיפיצירן דעם שולדיגן.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל