לאנדאן. – פאליציי אין ענגלאנד האבן געזאגט, אז זיי קענען נישט זאגן הונדערט פראצענט אז דער פובליק איז פארזיכערט פון ווייטערדיגע פארפעסטיגונגען דורך די נאוויטשאק סם. די סטעיטמענט פון די פאליציי, איז געקומען נאכדעם וואס א פרוי וועלכע איז פארפעסטיגט געווארן פון די סם, איז געשטארבן, נאכ'ן פארפעסטיגט ווערן נישט ווייט פון וואו דער געוועזענער רוסישער שפיאן איז פארפעסטיגט געווארן מיט אפאר חדשים צוריק.

די פאליציי זאגן, אז זיי ארבעטן שווער אויפצורייניגן אלע פלעצער וואס זיי ווייסן אז די נאוויטשאק סם איז דארטן אנגעקומען, אבער זיי קענען נישט וואוסן צי עס זענען מעגליך דא נאך פלעצער איבער'ן לאנד וואו ס'איז אנגעקומען. אויסער דעם האט מען נעכטן געהערט פון א ווארטזאגער פאר'ן רוסישן פרעזידענט וולאדימיר פוטין, וועלכער האט זאגט אז עס איז לעכערליך צו זאגן אז רוסלאנד איז שולדיג אויפן טויט פון די פרוי, וועלכע איז געשטארבן אין ענגלאנד נאכ'ן קומען אין באריר מיט די נאוויטשאק סם.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל