אריזאנע – אויטאריטעטן אין אריזאנע האבן געמאלדן, אז א 44 יעריגער פריוואטער זיכערהייט וועכטער, איז ארעסטירט געווארן נאכדעם וואס ער האט זיך פארשטעלט ווי א פאליציי אפיציר. דער וועכטער מעטיו אלען דיסברא האט זיך אהערגעשטעלט ווי א פאליציי אפיציר, דרייוונדיג אויף א שאסיי אין מעסא, אריזאנע מיט זיין פריוואטן קאר, ווען ער האט אנגעצינדן די לעמפלעך און בליצערס, און אפגעשטעלט א קאר, ווי גלייך ער איז א פאליציי אפיציר. דיסברא האט אבער נישט געוואוסט ווי שלעכט ער האט אריינגעביסן, ווייל די צוויי מענטשן אינעם קאר וואס ער האט אפגעשטעלט, זענען געווען אריזאנע סטעיט טרופערס. די טרופערס האבן געשמעקט אז דיסברא איז נישט קיין עכטער פאליציאנט, און נאכדעם וואס ער האט טאקע נישט געקענט צייגן זיין "בעדזש", האבן זיי אים ארעסטירט.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל