וויען – אידישע גרופעס זענען ארויסגעקומען מיט שארפע קריטיק, קעגן א פלאן וואס לאקאלע אויטאריטעטן אינעם "לאוער אוסטריע" פראווינץ אין עסטרייך האבן ארויסגעשטעלט, מיט'ן ציל איינצוצוימען כשר'ע שחיטה און כשר'ע פלייש פארקויף. דער פלאן, ווי נעכטן באריכטעט - רופט אז נאר אזעלכע וואס וואוינען אינעם פראווינץ, וועלן קענען איינקויפן דארט כשר פלייש, און ווער עס וואוינט נישט דארט, וועט זיך דארפן ספעציעל רעגיסטרירן און באקומען א קארטל צו קענען איינקויפן דאס פלייש. די האפענונג פון די אנטי-שחיטה געזעצגעבער איז, אז ס'וועט רעדוצירן די מאס כשר פלייש וואס ווערט פארקויפט – געווענליך דורך א סאך אידן וואס קומען פון דערנעבנדיגן וויען צו קויפן. דער פלאן איז אבער אראפגעריסן געווארן, צוליב'ן "קארטל" וואס מ'וועט דארפן האבן, וואס דערמאנט פון דער ספעציעלער רעגיסטראציע פון די יארן פונעם קריג.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל