לאס אנדזשעלעס — א מאסיווע וואלדפייער וועלכע האט שוין פארשווארצט איבער 140 סקווער-מייל און פארניכטעט אמווייניגסטנס צוואנציג סטרוקטורן, איז אונטערגעצונדן געווארן דורך א פעלערהאפטיגן עלעקטעראנישן צוים. פייער באאמטע האבן נעכטן געמאלדן, אז זיי זענען דערגאנגען, אז דאס פייער האט זיך אנגעהויבן, ווען א פארם אייגענטומער האט נישט גוט אינסטאלירט אן עלעקטעראנישן צוים, וואס איז געמאכט צו האלטן בהמות פון אנטלויפן, און דער צוים האט ארויסגעגעבן פונקען און פארשפרייט א פייער. די אויטאריטעטן האבן נישט ארויסגעגעבן די אידענטיטעט פונעם שולדיגן, אבער האבן געזאגט אז יענער איז שוין באשטראפט געווארן פאר זיכערהייט פארלעצונגען. יענער וועט נישט אויסשטיין קלאגעס איבער די שאדנס וואס דאס פייער האט אנגעברענגט.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל